רוי:רבי דוד טעבלי שיף

פון המכלול
ווערסיע פון 21:25, 13 סעפטעמבער 2014 דורך YI>פוילישער (←‏וועבלינקען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב דוד טעבלי שיף

הרב דוד טעבֿלי שיף (נפטר כ"ג כסלו ה'תקנ"ב) איז געווען דער רב פון דער גרויסער שול אין לאנדאן (אב"ד לאנדאן) און הויפט רב פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.

ער איז געווען א זון פון שלמה שיף. ער האט געלערנט ביים פני יהושע און ביים שב יעקב.[1] ער איז געווארן א מגיד אין ווין, ראש פונעם קלויז אין ווארמז און א דיין אין פראנקפורט ביי רבי אברהם אביש פראנקפורטער. אין תקכ"ו האט מען אים באשטימט רב אין דער גרויסער שול אין לאנדאן און אב"ד לאנדאן.

ער האט געהייראט בריינלא זינצהיים, און זיי האבן געהאט איין זון, משה. זיין ווייב איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך ווען זיי זענען אנגעקומען אין לאנדאן.

הרב שיף איז נפטר געווארן כ"ג כסלו תקנ"ב, און ער ליגט אין דעם אלטן אשכנזישן בית עולם אינעם איסט ענד פון לאנדאן.

צווישן זיינע תלמידים איז געווען הרב נתן אדלער פון פראנקפורט. זיין זון משה שיף האט ארויסגעגעבן א טייל פון זיינע תשובות, חידושים און דרשות מיטן נאמען "לשון הזהב", געדרוקט צום ערשטן מאל אין אפנבאך, תקפ"ב. דאס ספר איז איבערגעדרוקט געווארן אין תשנ"ז.[1]


וועבלינקען

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 אידישע טריבונע (לאנדאן) 2098, עמ' 8 (כ"ו כסלו תשע"ב)


מוסטער:רב-שטומף