רוי:חיים זעליג סלאנימסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 01:16, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "([^ש])לעכט" ב־"$1ליכט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

  חיים זעליג סלאָנימסקי; ראשי תיבותחז"ס או רחז"סכ"ה אדר ב' ה'תק"עביאליסטאק, גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע – , א' סיון ה'תרס"דווארשעקאנגרעס פוילן) איז געווען א יידישער פארעפנטליכער, אסטראנאם, ערפינדער, און דער גרינדער און ערשטער רעדאקטאר פון דער צייטונג "הצפירה".

חיים זעליג סלאנימסקי

זיין לעבנס געשיכטע

דער קבר פון חיים זעליג סלאנימסקי אין דעם אידישן בית-עולם אין ווארשע

סלאנימסקי האט געלערנט אין תלמוד תורה און ישיבה, און איז באצייכנט געווארן דורך נחום סאקאלאוו אין זיין ביאגראפיע אלס "דער עילוי" און "חריף". פּאַראַלעל צו זיין פאָרשונג אין דער גמרא האט ער עוסק געווען אין פיזיק און מאַטעמאַטיק. אויך האט ער געלערנט דייטש, פויליש, רוסיש און פראנצויזיש.


אין 1838 איז ארויס זיין בוך "תולדות השמים" וואס איז א פארשונג אויף דעם חשבון פון דעם אידישן לוח. דאס בוך איז ארויסגעקומען איבערגעדרוקט מיט דרייסיג יאר שפּעטער גערופן "יסודי העיבור".

אין פעברואר 1862 האט ער געגרינדעט אין ווארשע, די צייטונג "הצפירה". די צייטונג האט געלאזט ברייט פלאץ אין די ערשטע יאָרן פאר באריכטן נייעס אויף וויסנשאַפט און טעכנאָלאָגיע. סלאמניסקי האט געשריבן דערין אין זיין נאָמען און מיט א פסעוודאנים, אויך האט ער פארעפנטליכט ארטיקלען אין "המליץ", "הכרמל" און "האסיף". די צייטונג איז געווארן פארמאכט נאָך זעקס חדשים און איז געווארן באנייט אין 1874.

ער איז געשטארבן אין 1904 אין זיין היים פון א גריפע, אין טיפן עלטער. איז געווארן באערדיגט מיט אַ מאַסן לויה.

סלאנימסקי האט געהאלטן א איִדיש לעבן, אָבער, זיינע צוויי זין האבן ליידער געטויפט צו קריסטנטום.[1] זיינע אייניקלעך זענען קלעזמער ניקאלאַס סלאנימסקי, דער שרייבער מיכאַיל סלאנימסקי און דער דיכטער אַנטאָני סלאנימסקי.

פאר מער אינפארמאציע

  • אלכסנדר גוטרמן, "על משפחה אחת (על משפחת סלונימסקי שאחד מבניה היה מדען ומן העורכים הראשונים של העתונות העברית ואילו הבנים המירו דתם)", עת-מול, י"ב, 2 (1986), 19–21.
  • אברהם אריה עקביא, "חז"ס [חיים זליג סלונימסקי], חיים יחיאל בורנשטיין, פסח שפירא", ארשת: ספר שנה לחקר הספר העברי ה', ירושלים: מוסד הרב קוק, תשל"ב, 387–411.
  • יעקב שביט ויהודה ריינהרץ, "האל המדעי": מדע פופולרי בעברית במזרח אירופה במחצית השנייה של המאה ה-19, הוצאת הקיבוץ המאוחד, 2011, עמ' 10–12, 113–122.
  • ניקאלאס סלונימסקי, "My grandfather invented the telegraph", קומנטרי, ינואר 1977

וועבלינקען

זיינע ווערק

זייטיגע הערות 

  1. אלינה צאלה, תנועת ההתבוללות בפולין" בתוך: ישראל ברטל וישראל גוטמן (עורכים), קיום ושבר: יהודי פולין לדורותיהם, כרך א', 1997, עמ' 344–345.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!