רוי:Active Directory
Active Directory י(AD) איז אַ טעכנאָלאָגיע געשאַפן דורך מייקראָסאָפט װעלכע באַזאָרגט פאַרשיידנע נעצװערק סערװיזן. עס איז באַפרייט געװאָרן צום ערשטן אין Windows 2000 Server און עס איז זייער אַנטװיקלט געװאָרן אין Windows Server 2003 און אין Windows Server 2008.
Active Directory דערלויבט אַדמיניסטראַטאָרן צו באַשטימען פּאָליסן און צעװיקלען װייכװאַרג פאַר אַן אָרגאַניזאַציע. Active Directory נעצװערק קען װאַריאירן סיי אַ קליין אינסטאַלאַציע מיט עטלעכע הונדערטער אָביעקטן, און סיי אַ ריזיקע אינסטאַלאַציע מיט מיליאָנען אָביעקטן.
אַ Active Directory סטרוקטור איז אַ היעראַרכישע גערעם פון אַן אָביעקט װאָס באַדינט װי אַ Directory Service אין דריי הויפּט קאַטעגאָריעס: רעסורסן (װי צום ביישפּיל דרוקערס), סערװיזן (צום ביישפּיל בליצפּאָסטן) און באַנוצער חשבונות און גרופּעס. די AD באַזאָרגט אינפאָרמאַציע פונעם אָביעקט, אָרגאַניזירט דעם אָביעקט, קאָנטראָלירט דעם צוטריט און שטעלט איין די זיכערקייט פונעם אָבייעקט.
יעדער אָביעקט רעפּרעזענטירט אַן איינציקע זאַך מיט זיינע אַטריבוטן (אייגנקייטן), למשל אַ באַנוצער, אַ קאָמפּיוטער צי אַ דרוקער. אַזעלכע אָביעקטן האַלטן אין זיך אַנדערע אָביעקטן.
Active Directory אַרבעט צוזאַמען מיט דער DNS־דינער, די AD דערהיינטיגט נאָכאַנאַנד DNS־רעקאָרדן צו דער DNS דאַטן־באַזע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!