רוי:Active Directory
Active Directory י(AD) איז אַ טעכנאָלאָגיע געשאַפן דורך מייקראָסאָפט וועלכע באַזאָרגט פאַרשיידנע נעצווערק סערוויזן. עס איז באַפרייט געוואָרן צום ערשטן אין Windows 2000 Server און עס איז זייער אַנטוויקלט געוואָרן אין Windows Server 2003 און אין Windows Server 2008.
Active Directory ערלויבט אַדמיניסטראַטאָרן צו באַשטימען פּאָליסן און צעוויקלען ווייכוואַרג פאַר אַן אָרגאַניזאַציע. Active Directory נעצווערק קען וואַריאירן סיי אַ קליין אינסטאַלאַציע מיט עטליכע הונדערטער אָביעקטן, און סיי אַ ריזיקע אינסטאַלאַציע מיט מיליאָנען אָביעקטן.
אַ Active Directory סטרוקטור איז אַ היעראַרכישע גערעם פון אַן אָביעקט וואָס באַדינט ווי אַ Directory Service אין דריי הויפּט קאַטעגאָריעס: רעסורסן (ווי צום ביישפּיל דרוקערס), סערוויזן (צום ביישפּיל אימעילן) און באַנוצער חשבונות און גרופּעס. די AD באַזאָרגט אינפאָרמאַציע פונעם אָביעקט, אָרגאַניזירט דעם אָביעקט, קאָנטראָלירט דעם צוטריט און שטעלט איין די זיכערקייט פונעם אָבייעקט.
יעדער אָביעקט רעפּרעזענטירט אַן איינציקע זאַך מיט זיינע אַטריבוטן (אייגנקייטן), למשל אַ באַנוצער, אַ קאָמפּיוטער צי אַ דרוקער. אַזעלכע אָביעקטן האַלטן אין זיך אַנדערע אָביעקטן.
Active Directory אַרבעט צוזאַמען מיט דער DNS־דינער, די AD דערהיינטיגט נאָכאַנאַנד DNS־רעקאָרדן צו דער DNS דאַטן־באַזע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!