רוי:Windows Server

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:Windows Server 2003)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

Windows Server איז א סעריע פון סערווערן (באדינער) אפערירן סיסטעמען געמאכט דורך מייקראָסאָפט צו אנפירן קאמפיוטער נעצווערק. מ'האט גענוצט דעם נאמען פאר די פאלגנדע סאפטווער ארויסלאזן:

Windows Server 2003

Windows Server 2003 (ווינדאָס סערווער 2003) איז דערשינען געווארן אפריל 24, 2003. עס אין דער נאָכקומער פון Windows 2000 Server. עס איז דער ערשטער דינער אפערירן סיסטעם וואס איז נישט ערשינען צוזאמען מיט א קליענט ווערסיע, פון מייקראסאפט. אויכט האט מייקראסאפט געטוישט דעם נאמען צו "ווינדאס סערווער 2003" אנשטאט "ווינדאס 2003 סערווער" ארויס צו ברענגן מער דעם פאקט אז איז א סערווער אפערירן סיסטעם.

Windows Server 2008

טעקע:Windows Server 2008.png
Windows Server 2008 עקראַן־כאַפּ

Windows Server 2008 איז באַפרייט געוואָרן פעברואַר 27, 2008 (כ"א אדר א' תשס"ח). Windows Server 2008 איז דער נאָכקומער פון Windows Server 2003.

Windows Server 2008 איז געבויט אויף דער זעלבער קאָד־נאָמען פון Windows Vista, און עס האָט פיל ענדליכע אייגנשאפטן ווי די Windows Vista. נאָך דעם איז אַרויס די Windows Server 2008 R2 ווערסיע וועלכע איז געבויט אויפן Windows 7 קאָד־נאָמען.

Windows Server 2008 איז כּולל אַ דינער־יאָדער (Server Core). דינער־יאָדער איז אַזאַ סאָרט אינסטאַלאַציע וועלכע קומט אָן אַ Windows Explorer שאָל, אַלע איינשטעלונגען ווערן ערלעדיגט דורך אַ באַפעל־ליניע רוים (command line interface).

Active Directory איז פאַרברייטערט געוואָרן מיט אידענטיטעט, באַשטעטיגונג און דיגיטאַלע רעכטן אַדמיניסטראַציע סערוויסעס. די Active Directory ביז די Windows Server 2003 וואָס ערלויבט צענטראַליזירן און אַדמיניסטרירן לאָקאַלע גרופּעס פּאָליסן פאַר בשותּפותדיקע קאָמפּיוטערס באַניצערס האָט געטוישט איר נאָמען צו Active Directory Domain Services ו(AD DS) און עס איז צוגעקומען נייע AD סערוויסעס.

Windows Server 2008 64Bit איז כּולל אַ Hyper-V.

Windows Server 2008 R2

דער לויפיקער ארויסלאז פון Windows Server 2008

Windows Home Server

א היים סארווער אפערירן סיסטעם

Windows אפערירן סיסטעמען

Windows 1.0 | Windows 2.0 | Windows 3.x | Windows 95 | Windows 98 | Windows NT | Windows Me | Windows 2000 | Windows XP | Windows Server 2003 | Windows Server 2008 | Windows Vista | Windows 7 | Windows 8

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!