רוי:יגאל ידין
יגאל ידין (געבוירן יגאל סוקעניק, ירושלים, 20סטן מערץ 1917 - 28סטן יוני 1984) איז געווען א ישראל גענעראל, פאליטיקער, ארכעאלאג, און דער צווייטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל.
יונגע יארן
געבוירן אין רחביה געגנט, ירושלים, זיין פאטער איז געווען אן ארכעאלאג, און זיין מוטער האט געגרינדעט די ערשטע קינדערגארטן אויף העברעיש. זיין ברודער יוסי איז געווען א באוואוסטע אקטיאר. אויך האט ער געהאט א ברודער מתתיהו, וואס איז געווען א פליער, און ער איז אומגעקומען אינעם מלחמת השחרור.
ער האט פון יונגווייז אן געדינט אינעם הגנה, און אויך שטודירט אינעם העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים, העברעיש, אראביש, ארכעאלאגיע.
אינעם מיליטער
ביי די פופצן יאר איז ער אריינגענומען געווארן אינעם הגנה, און געדינט אין פארשידענע געביטן, ווי אלס אינסטרוקטור פאר וואפן, טרענירונגען אד"ג, ער איז געווארן סעקרעטאר פון יעקב דורי.
אין 1943, איז ער געווארן הויפט פון דער אפעראציע אפטיילונג, פון גענעראל שטאב אין די הגנה. אבער אין 1946 האט ער רעזיגנירט נאך א קריגעריי מיט יצחק שדה, און ער האט זיך פארנומען מיט זיין לערנען.
אין 1947, ווען די פאראייניגטע פעלקער, האט געשטימט פארן אויפשטעלן א יידישע מדינה, האט בן גוריון, אים גערופן זיך שטעלן אינעם מיליטער, ער האט געדינט אין וויכטיגע פאזיציעס, און ער איז געווען צייטווייליקער שעף פון גענעראל שטאב, נאכדעם וואס יעקב דורי איז געווען קראנק. און ער האט אנגעפירט די געשפרעכן מיט עגיפטן, אויפן וואפן שטילשטאנד אפמאך אין ראדוס.
די 9טן נאוועמבער 1949, איז ער געווארן צווייטע שעף פון גענעראל שטאב, אלט זייענדיק בלויז 32 יאר, ער איז געווען די יונגסטע צוזאמען מיט מרדכי מקלף, וואס האט אים איבערגענומען, צו דינען אין דעם פאסטן. ער האט רעזיגנירט אין 1952, נאך מיינונגס פארשידענהייטן מיט בן גוריון.
ארכעאלאג
נאכן ארויסטרעטן פונעם מיליטער, איז ער צוריק צו זיין אלטע ארבעט פון ארכעאלאגיע, ער איז געווען פון די חשובסטע, און אנגעזענסטע ארכעאלאגן אין ישראל. ער האט אנגעפירט מיט די מצדה גראבונגען, און נאך אסאך אלטע ערטער, ווי תל מגידו, תל חצור. ער האט זיך אויך פארנומען מיט די מגילות ים המלח, און אנדערע געטראפענע ארטיקלען.
פאליטיק
ער האט זיך שטענדיק צוריק געהאלטן פון אריינטרעטן אין פאליטיק, ער האט געדינט אלס עצה געבער פאר לוי אשכול ביים זעקסטאגיקע מלחמה, און אין דער אגראנט קאמיסיע נאכן יום כיפור מלחמה. ביז 1977, ווען אסאך סקאנדאלן זענען ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך, און אסאך ישראלדיקע האבן זיך פארעקלט פונעם אלטן מפא"י פירערשאפט, ערשט דעמאלט האט ער אויפגעשטעלט זיין דעמאקראטישע באוועגונג פאר ענדערונג, אדער ד"ש. אסאך האבן אין אים געזען א גלייכער מאן און אן ערליכער. וויבאלד ער האט קיינמאל בעפאר, נישט אריינגעשטעקט זיין האנט אינעם שמוציגן טאפ. ער האט אין יענע וואלן באקומען 15 מאנדאטן צום כנסת, און ער האט אריינגעטרעטן אינעם רעגירונג מיט מנחם בעגין.
ער האט אנגעפירט מיט די שלום געשפרעכן מיט עגיפטן. ער איז אויך געווען וויצע פרעמיער מיניסטער. אבער די האפענונגען אויפן פארטיי זענען אויסגערונען. און ער האט נישט געטון, ווי די גרויסע האפענונגען, וואס מען האט ערווארטעט פון אים. אין 1981 האט ער רעזיגנירט פון פאליטיק, און זיין פארטיי איז צעפאלן.
אין 1984 איז ער געשטארבן, און ער ליגט באגראבן, אויף הר הרצל אין ירושלים, אין דער אפטיילונג פון פאלק אנפירער.
שעפן פון גענעראל שטאב פון צה"ל | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!