רוי:נעצווערק באן

פון המכלול
ווערסיע פון 20:03, 5 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " מיי " ב־" מאי ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נעצווערק באַן איז דער אייגנטומער און אינפראַסטרוקטור פאַרוואַלטער פון רובֿ פון דער באן נעץ אין ענגלאַנד, סקאָטלאַנד און וויילס.[1]

נעצווערק באנ'ס הויפּט קליענטן זענען די פּריוואַטע באַן אַפּערירן פירמעס (TOCs), פאַראַנטוואָרטלעך פאַר פּאַסאַזשירן טראנספארט, און פראכט אַפּערירעןפירמעס (FOCs), וואס צושטעלן באַן באַדינונגען אויף דער אינפראַסטרוקטור וואס די פירמע פארמאגט און האלט אויף. זינט 1טן סעפטעמבער 2014, ווערט נעצווערק באן קלאַסיפירט ווי אַ "ציבור סעקטאָר גוף".[2]

כדי זיך געבן אן עצה מיט די וואקסנדע צאל פאסאזשירן, טוט נעצווערק באן אונטערנעמען א £38 ביליאן פראגראם פון ארויפגראדירן דעם נעץ, כולל קרייצבאן, עלעקטריפיזירן ליניעס, ארויפגראדירן טעמזלינק און א נייע הויך־גיך ליניע (HS2).

געשיכטע

בריטאַניע'ס באַן סיסטעם איז געבויט געווארן דורך פּריוואַטע קאָמפּאַניעס, אָבער זי איז געווארן נאַציאָנאַליזירט דורך דעם טראנספארט אַקט 1947 און געווארן געפירט דורך בריטיש ריילווייז ביז דער ווידער־פריוואטיזירן אין די 1990ער יארן. אינפראַסטרוקטור און פּאַסאַזשירן און פראכט באדינונגען האט מען דעמאלסט אפגעשיידט. צווישן 1994 און 2002 איז די אינפראַסטרוקטור געווען פארמאגט און אפערירט דורך ריילטראק.

פאראנטווארטלעכקייטן

נעצווערק באן פארמאגט די אינפראַסטרוקטור, כולל די באנוועגן, סיגנאלן, אויבערשטע דראטן, טונעלן, בריקן און רוב סטאנציעס, אבער נישט די באוועגלעכע סטאק.

סטאנציעס

נעצווערק באן פארמאגט מער ווי 2,500 באן סטאנציעס. כמעט אלע ווערן פארוואלטעט דורך איינער פון די באן אפערירן פירמעס וואס באדינען די סטאנציע. ווי אין אויגוסט 2016, טוט נעצווערק באן פארוואלטן 19 סטאנציעס אליין.[3][4] די סטאנציעס וואס נעצווערק באן אפערירט זענען:

נאציאנאל

צענטראל לאנדאן סטאנציעס


רעפערענצן

  1. Network Rail דערגרייכט דעם 25סטן מאי 2009.
  2. https://www.networkrail.co.uk/supplying-us/reclassification-as-a-public-sector-body/
  3. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען networkrail.co.uk
  4. "סטאנציעס געפירט פון נעצווערק באן". Network Rail.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!