רוי:גולם
דאָס װאָרט גולם איז דער טײטש „אַ קערפּער אָן אַ פאָרם" און אין דער משנה אין כלים פי"ב איז פאראן „גולמי כלי מתכת" (נישט־געפאָרמטע מעטאל־כלים). מען האָט עס אױך גענוצט צו באַצײכענען אַ מענטש, װאָס האָט נישט קײן שכל, און די משנה אין פּרקי אבות פּ"ה רעכנט אױס די מידות פון אַ חכם און גיט צו „וחילופיהן בגולם" (פּונקט פאַרקערט איז בײם גולם, בײם נישט־קלוגן). שפּעטער האָט מען באַנוצט דאָס װאָרט פאַר אַ מענטשן־קערפּער אָן אַ נשמה. אין מדרש רבה ויקרא כ"ט װערט געזאָגט, אַז צוערשט האָט גאָט באַשאַפן אדם הראשון אַ „גולם", נאָר דערנאָך האָט ער אין אים אַרײנגעבלאָזן אַ נשמה.
אין דער ײדישער לעגענדע װערן געבראַכט פיל סיפורים װעגן פאַרשידענע ײדישע פּערזענלעכקײטן, װאָס האָבן געשאַפן אַ גולם, זײ האָבן צונױפגעשטעלט אַ טױטן קערפּער פון לײם צי אַנדערע מאַטעריאַלן און מיט אַ שם המפורש אים געמאַכט לעבעדיק, און ער האָט געטאָן װאָס זײן באַשעפער האָט אים געהײסן (זעט „דער פראגער גולם"). שױן אין דער גמרא (סנהדרין ס"ה ,ר' חנינא, רבא) װערט דערצײלט װעגן אמוראים װאָס האָבן געשאַפן לעבעדיקע באַשעפענישן. נאַכער איז עס דערצײלט געװאָרן װעגן רבי שלמה אבן גבירול און אַנדערע. אָמפאַרשפּרײטסטן איז די לעגענדע װעגן גולם פון מהר"ל (רבי ליװא) פון פּראָג (אין 16טן יאָרהונדערט).
די „גולם"־לעגענדע איז באַאַרבעט געװאָרן אין בעלעטריסטישע װערק דורך מײערינק, לײװיק. זײערע גולם־פּאָעמעס האָט מען אױסגעפירט אױף דער בינע.
קוואַלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „גולם” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!