רוי:אורי צבי גרינבערג
אורי צבי גרינבערג (22סטן סעפטעמבער 1896, בילקאמין, מזרח-גאליציע – 9טן מאי 1981, רמת גן) איז געווען איינער פון די גרעסטער דיכטער-עקספּרעסיִאָניסטן אין ייִדישער און העברעיִשער ליטעראטור, דעפּוטאט פון דער ערשטער כנסת פון חרות-פּארטיי, לארעאט פון ישראל פריז פאר קינסטלערישער ליטעראטור פארן 1957 יאָר.
לעבנסגעשיכטע
גרינבערג איז געבוירן געוואָרן אין בילקאמין, גאליציע,[1] דעמאלט אין באשטאנד פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע, אין א חסידישער משפחה. פון זיין מאמעס צד איז ער געווען אן אייניקל פונעם שרף פון סטרעליסק, אויף וועמענס נאמען מ'האט אים גערופן. זיין פאטער איז געווען דער גלינער רבי, אן אייניקל פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו און רבי מאירל פרעמישלאנער. ווען ער איז געוואן אלט אנדערהאלבן יאר אלט, האט זיך זיין משפחה געצויגן קיין לעמבערג.
אורי צבי האָט באקומען א טראדיציִאָנעלן ייִדישן חינוך. אלס דיכטער אויף ייִדיש האָט ער דעביוטירט אין 1912 אין דער צײַטונג "דער ייִדישער ארבײַטער" (לעמבערג) און אויף העברעיִש – אין צײַטשריפט "השילוח" (אָדעס). זײַן ערשטע לידער-זאמלונג "ערגעץ אויף פעלדער" איז דערשינען אויף יידיש אין לעמבערג אין 1915. אין דעם זעלבן יאָר האָט מען גרינבערגן מאָביליזירט אין דער עסטרײַכישער ארמיי און ער האָט אָנטיילגעמונען אין שלאכטן אויפן סערבישן פראָנט. בעת דער מלחמה האָט ער געשריבן לידער אויף יידיש און אויף העברעיש און געפירט א פראָנט-טאָגבוך.
אין סוף פון דער מלחמה האָט גרינבערג זיך אומגעקערט קיין לעמבערג און אין נאָוועמבער 1918 איז ער געוואָרן אן עד פון א שוידערלעכן פּאָגראָם, וואָס פּאָליאקן האָבן געמאכט אויף די לעמבערגער ייִדן. אין 1919 האָט דער דיכטער ארויסגעגעבן אין לעמבערג זײַן צווייט בוך – "אין צײַטנס רויש". אין 1920 איז ער אריבערגעפאָרן קיין ווארשע. דאָרט איז ער געוואָרן באנאנד מיט פּרץ מארקיש און מלך ראוויטש איינער פון די גרינדער פון דער ייִדישער עקספּרעסיִאָניסטישער ליטעראטור-גרופּע "כאליאסטרע". באנאנד מיט ייִדיש האָט ער פארעפנטלעכט לידער אויך אויף העברעיִש. אין 1921 זײַנען אין ווארשע דערשינען גרינבערגס פּאָעמע "מעפיסאָ" און זײַן לידער-בוך "פארנאכטן-גאָלד". אין 1922 האָט ער אָנגעהויבן ארויסצוגעבן א ליטעראטור-זשורנאל מיטן נאָמען "אלבאטראָס". אויף זײַנע שפּאלטן האָט דער דיכטער פארעפנטלעכט זײַן פּאָעמע "אין מלכות פון צלם". די פּוילישע מאכט-אָרגאנען האָבן אים פאר דעם באשולדיקט אין פארשוועכן דאָס קריסטלעכע גלויבן און פארבאָטן ארויסגעבן "אלבאטראָס". אין 1923 איז גרינבערג אריבערגעפאָרן קיין בערלין, וווּ ער האָט פאָרגעזעצט ארויסגעבן "אלבאטראָס". ערב זײַן אוועקפאָרן איז אין ווארשע ארויסגעגעבן געוואָרן זײַן לידער-זאמלונג "קריג אויף דער ערד", אן איבערגעארבעטער וואריִאנט פון דער זאמלונג "ערגעץ אויף פעלדער".
אין 1924 איז דער דיכטער עולה געווען קיין ארץ-ישראל. פון דעמלט אָן האָט ער געשריבן איבערהויפּט העברעיִש. אין 1928 איז דערשינען זײַן ערשטע העברעישע לידער-זאמלונג "אנקריאון על קוטב העצבות". מיט א יאָר שפּעטער איז דערשינען זײַן צווייטע העברעיִשע זאמלונג "כלב בית". דער דיכטער איז געוואָרן אן אקטיווער מיטגליד פון דער רעוויזיִאָניסטן-פּארטיי בראש מיט זאב זשאבאָטינסקי. אין 1931 – 1936 האָט ער רעדאגירט די ווארשעווער וואָכנשריפט פון די רעוויִזיאָניסטן "די וועלט". סוף 1938 איז ער ווידער ארויסגעפאָרן קיין פּוילן צו רעדאגירן די ווארשעווער צײַטונג "דער מאָמענט". מיט א גרויסער מי האָט ער מצליח געווען אנטלויפן פון פּוילן און זיך אומקערן קיין ארץ-ישראל נאָכן אָנהייב פון דער צווייטער וועלט-מלחמה.
אין 1949 – 1951 איז אורי צבי גרינבערג געווען א דעפּוטאט אין כנסת פונעם ערשטן צונויפרוף. א שם פון א גרויסן העברעישן דיכטער האָט אורי צבי גרינבערגן געבראכט זײַן געווידמעט דעם חורבן פונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום לידער-בוך "רחובות הנהר", וואָס איז דערשינען אין 1951. נאָך דער זעקס-טאָגיקער מלחמה פון 1967 איז אורי צבי גרינבערג געווען טעטיק אין דער באוועגונג פאר "ארץ-ישראל השלימה".
אורי צבי גרינבערג איז אָנערקענט געוואָרן ווי איינער פון די גרעסטע העברעיִשע דיכטער. פאר זײַן העברעיִשער שאפונג איז ער באלוינט געוואָרן מיט חיים נחמן ביאליק-פּרײַז (1947 און 1957), מיט מלוכה-פּרײַז פון ישראל (1957), מיטן טיטל פון ערן-דאָקטאָר פונעם תל-אָביבער אוניווערסיטעט (1978). ער איז אויסדערוויילט געוואָרן אלס מיטגליד פון אקאדעמיע פאר העברעיִשן לשון (1959). פונדעסטוועגן האָט ער פּאראלעל געשאפן לידער אויך אויף יידיש אין סוף 50ער - אָנהייב 60ער יאָרן.
יידישע ווערק
- אורי-צבי גרינבערג, געזאמלטע ווערק אין צוויי בענדער, ירושלים, תשלט
רעפערענצן
- ↑ אדער: ביאליקמין, ביאלה-קאמיין; פויליש: Biały Kamień. זעט בלאט וועגן דער שטאט אין פנקס קהילות פולין, בהוצאת יד ושם (ענגליש)
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!