רוי:רבי שמואל יעקב קאהן

פון המכלול
ווערסיע פון 21:30, 27 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תולדות אברהם יצחק רבי
שמואל יעקב קאהן
Rabby s y kohn1.jpg
געבורט ירושלים
טעקע:Shmuel yakov kohen.jpg
דער רבי איינגעבויגן מיט אן הויקער ווי דער פאטער זיינער (2)

רבי שמואל יעקב קאהן (געב' ט"ו אלול ה'תש"ג) איז דער תולדות אברהם יצחק רבי. ער איז דער עלטסטער זון פון דעם פריערדיקן תולדות אהרן רבי.

ביאגראפיע

רבי שמואל יעקב קאהן איז געבוירן געווארן אין תש"ג צו זיין פאטער רבי אברהם יצחק קאהן, דער רבי פון תולדות אהרן, און זיין ווייב מרת יענטא.

ווען ער איז געווען א בחור, האט תולדות אהרן נישט געהאט קיין ישיבה, האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען קיין וויזשניץ, ווייל דער זיידע רבי אהרן ראטה, האט געזאגט אז ער איז צוריק געפארן קיין חוץ לארץ, ווייל אויב אזא צדיק ווי דער אהבת ישראל געפינט זיך נאך אויף דעם עולם, האט ער נישט געקענט בלייבן אין ארץ ישראל.

ער האט געלערנט אין וויזשניץ איין זמן, דארט האט ער מקבל געווען פון דעם אמרי חיים און דאס וואס ער האט מקבל געווען, איז ביי אים געבליבן, און צוליב דעם האבן רוב חסידים פון תולדות אהרן אים נישט געוואלט אויפנעמען, אבער א חלק חסידים זענען געבליבן ביי אים מיטן נאמען "תולדות אברהם יצחק".

שבת ברענט ער ווי א קאכעדיג קעסל, א געוואלדיגער עולם ווארמען זיך ביי די טישן אין תולדות אברהם יצחק יעדן שבת, בחורים פון ישיבות אין ירושלים, און מאסן יונגעלייט, האבען געמאכט דארט זייער קביעות, אסאך רופן אים דער "ירושלים רבי", אדער דער "שבת רבי", אין זיינע יונגערע (געזונטערע) יארן האט ער גיקענט פירן טיש 6-7 שעה.

אויך ווען ער פארט קיין חוץ לארץ, שטייען טויזנטער אידן ביי זיינע טישן שעות שעות.

אסאך גרויסע עשירים אין ניו יארק פון פארשידענע קרייזן, האבען זיך אנגעקלעבט אין תולדות אברהם יצחק רבי.

ער פלעגט לערנען אסאך קבלה מיט רבי דניאל פריש.

רוב חסידים פון תולדות אהרן האבן אים נישט געוואלט אויפנעמען פאר ממלא מקום, טראץ זייענדיג דער עלטסטער זון, צוליב פילע פאקטארן ווי פאלגנד:

  • זייענדיג א וויזשניצער חסיד.
  • זיך נישט דורכגעקומען מיט די גבאים פון טאטן וואס האבן השפעה אויף דעם חסידות.
  • ער האט זיך ארומגענומען און מקרב געווען די שוואכע און אפגעפאלענע, וועגן פארשידענע סיבות.

זיינע חסידים (צווישן זיי רבי מאיר בראנסדארפער, רבי דניאל פריש) האבן אים אבער יא געוואלט זייענדיג דער עלטסטער זון, קומט זיך אים לויט ווי עס איז אנגענומען אז דער בכור האט מער חשיבות.

משפחה

רבי שמואל יעקב האט געהייראט מרת שרה חנה פייגא, די טאכטער פון הרב ישעיה שנייבאלג פון זידיטשויב בני ראם. זיי האבן זעכצן קינדער:

וועבלינקען

מקורות

  1. אידישע טריבונע, אויסגאבע 1952 (ז' כסלו תשס"ט)
  2. ‏מוטי ארגמן, הקדוש רבי אריה ליבוש טיטלבוים הי"ד, חדשות בחדרי חרדים, 29 בנובמבר 2008.