רוי:רבי שלמה טייטלבוים

פון המכלול
ווערסיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שלמה טייטלבוים הי"ד (ג' אלול ה'תרל"ה - ב' אלול ה'תש"ב), ראש בית דין אין ריגליץ.

אפשטאם

רבי שלמה איז געבוירן צו זיין פאטער הרב ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות

רבי שלמה איז געווען ראש בית דין אין ריגליץ, ער האט אנגעפירט דעם בעשטער שטיבל אין גארליץ.

הסתלקות

רבי שלמה איז אוועק געפירט געווארן מיט דעם צווייטן טראנספארט ב' אלול ה'תש"ב הי"ד.

פאמיליע

רבי שלמה האט געהייראט מרת חיה חשא, א טאכטער פון הרב משה יהודה ליב שפירא, רב אין סטריזשעוו. זייערע קינדער:

  • מרת רחל הי"ד, די ווייב פון הרב משה אריה ליב לייכטאג הי"ד, דיין אין טעשנאד.
  • פעסיל הי"ד... הענדל הי"ד... ביילא הי"ד... משה אריה הי"ד... חנה הי"ד... ברכה סימא הי"ד.
  • הרב רפאל טייטלבוים פון ניו יארק.
  • מרת רחל הי"ד, די ווייב פון הרב אהרן דעגען, פון גארליץ.
  • הבתולה פעסיל הי"ד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר