רוי:רבי שלמה טייטלבוים
רבי שלמה טייטלבוים הי"ד (ג' אלול ה'תרל"ה - ב' אלול ה'תש"ב), ראש בית דין אין ריגליץ.
אפשטאם
רבי שלמה איז געבוירן צו זיין פאטער הרב רבי ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.
רבנות
רבי שלמה איז געווען ראש בית דין אין ריגליץ, ער האט אנגעפירט דעם בעשטער שטיבל אין גארליץ.
הסתלקות
רבי שלמה איז אוועק געפירט געווארן מיט דעם צווייטן טראנספארט ב' אלול ה'תש"ב הי"ד.
פאמיליע
רבי שלמה האט געהייראט מרת חיה חשא, א טאכטער פון הרב רבי משה יהודה ליב שפירא, רב אין סטריזשעוו. זייערע קינדער:
- הרב חיים אלעזר טייטלבוים (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), דיין אין טעשנאד און גרויסווארדיין. ער האט געהייראט מרת ריקל הי"ד, א טאכטער פון זיין פעטער הרב רפאל גראס רב אין בערבעשט. זייערע קינדער:
- מרת פרימא רבקה, די ווייב פון הרב אברהם חיים ריינמאן הי"ד (ה'תר"ן (אומגעפער) - י"ח טבת ה'תש"א), רב אין קרעטשניף.
- הרב שמואל טייטלבוים (דער צווייטער) הי"ד (ה'תר"ע (אומגעפער) - ד' אלול ה'תש"ב), ראש ישיבה אין גארליץ. ער האט געהייראט מרת פעסיל הי"ד, א טאכטער פון הרב נפתלי חיים האלבערשטאם, א זון פון הרב רבי אלישע האלבערשטאם, רב אין גארליץ.
- מרת רחל הי"ד, די ווייב פון הרב אהרן דעגען, פון גארליץ.
- הבתולה פעסיל הי"ד.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!