רוי:קאסמאס שאטל קאלאמביע קאטאסטראפע
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
די קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע קאַטאַסטראָפע איז געשען ווען קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע איז זיך צעפאַלן ביים צוריקקומען אין דער ערד'ס אַטמאָספער דעם 1טן פעברואַר 2003. די סיבה פאַר די קאַטאַסטראָפע איז געווען אַז אַ טייל פון שוים האט געפאַלן פונעם דרויסנדיקער ברענשטאָף טאַנק. דאס האט געמאַכט אַ לאָך אין די שאַטל'ס פליגל. ביי דער צוריקקום האבן הייסע גאַזן געגאָנגען אריין אין דער פליגל, און די שאַטל איז צעשטערט געווארן. די גאַנצע מאַנשאַפט איז אומגעקומען אין דער צעפאַל.
טיילן פון קאָלאָמביע זענען געפונען אַרום טעקסאַס. די פאַראײניקטע שטאַטן רעגירונג האט געבעט פון מענטשן וואס האבן געפונען טיילן פון די שאַטל צו צוריקגעבן זיי צו די רעגירונג. היינט, אַלע די טיילן וועלכע זענען געפונען זענען אין אַ געבוי וואס איז שייך צו NASA.
מאַנשאַפט
- קאָמאַנדיר: ריק האַסבאַנד
- פּילאָט: וויליאַם מאַקול
- לאַסט קאָמאַנדיר: מייקל אַנדערסאָן
- לאַסט ספּעציעליסט: אילן רמון
- מיסיע ספּעציעליסטין: קאַלפּאַנאַ טשאַולאַ
- מיסיע ספּעציעליסט: דייוויד בראַון
- מיסיע ספּעציעליסטין: לאָרעל קלאַרק