רוי:אילן רמון

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Ilan Ramon.jpg

אילן רמון (אילאַן ראַמאָן; געבוירן מיטן נאמען אילן וואָלפערמאַן; 20סטן יוני 1954 - 1טן פעברואר 2003) איז געווען אַן מדינת ישראל'דיגער לופטפלאָט פּילאָט און דער ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט.

ער איז געווען דער לאַסט ספּעציעליסט (ענ') פון קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע ביי מיסיע STS-107 און איז אומגעקומען צוזאַמען מיט זעקס אַנדערע אַסטראָנויטן אין די צוריקקער אַקצידענט.

ביאָגראַפיע

רמון איז געבוירן געוואָרן אין רמת גן, ישראל צו טאָניע (1929 - 2003) און אליעזר (1923 - 2006) וואָלפערמאַן, און איז ערצויגן געוואָרן אין באר שבע. זיין פאָטער איז געווען פון דייטשלאַנד און זיין משפחה האָבן געלאָפן פון נאַצי אַרעסט אין 1935. זיינע מוטער און באָבע זענען געווען חורבן-איבערלעבער פון אוישוויץ. זיי האָבן עמיגרירט צו ישראל אין 1949. אילן האָט געטוישט זיין משפחה נאָמען צו רמון ווען ער האָט מיטגעגאַנגען דער ישראלישער לופטפלאָט.

רמון האָט גראַדואירט פון מיטלשולע אין 1972. אין 1987 האָט ער גראַדואירט פונעם תל אַביבער אוניווערסיטעט מיט אַ הויכער טיטל אין עלעקטראָניק און קאָמפּיוטער אינזשעניריע.

לופטפלאָט קאַריערע

דער F-16A פאַלק 243 וואָס רמון האָט געפלויגן אין אָפּעראַציע אָפּערע

אילן רמון איז געווען אַ קאָלאָנעל (העברעאיש: אלוף-משנה) און קעמפער-פּילאָט אינעם ישראלישער לופטפלאָט, מיט טויזנטער שעה'ס פלי געניטשאַפט. אין 1974 האָט ער גראַדואירט אַלס אַ פּילאָט פונעם ישראל לופטפלאָט פלי-אַקאַדעמיע.

אין 1981 איז ער געווען דער יונגסטער פּילאָט וואָס האָט באַטייליקט אין אָפּעראַציע אָפּערע, די ישראלישע אַטאַקע קעגן איראַק'ס נישט-פאַרטיקער קערן־רעאַקטאָר "אָסיראַק". ווען דער אַפּאַראַט איז צעשטערט געוואָרן, זענען צען איראַקער סאָלדאַטן און איין פראַנצויזער פאָרשער אומגעקומען.

נאָך וואָס ער האָט געלערנט ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט האָט ער געדינט אַלס דעפּוטעט עסקאַדראָן קאָמאַנדיר A, עסקאַדראָן 119, אין וועלכע ער האָט געפלויגן דעם F-4 פאַנטאָם (1988 - 1990). אין 1990 האָט ער באַטייליקט אינעם עסקאַדראָן קאָמאַנדירן קורס, און ביז 1992 איז ער געווען קאָמאַנדיר פון עסקאַדראָן 117 מיטן F-16. אין 1994 איז ער געוואָרן קאָלאָנעל און באַשטימט געווען אַלס שעף פונעם געצייג-דעפּאַרטמענט. ער האָט געבליבן אינעם ראָלע ביז 1998.

רמון האָט אַקומולירט העכער 3,000 פלי שעה'ס אין די עראָפּלאַנען A-4, מיראַזש III-C און F-4, און העכער 1,000 שעה'ס אינעם F-16.

ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט

רמון אין נאָוועמבער 2001

דער לופטפלאָט האָט דערוויילט רמון צו ווערן דער ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט, נאָך אַן אָפּמאַך צווישן ישראל און די פאַראייניקטע שטאַטן אין 1995 צו איינפאַסן אַן ישראלי אין אַ קאָסמאָס פלוג פון NASA. די ישראלישע קאָסמאָס אַגענטור האָט זיך געוואָנדן צו דער לופטפלאָט מיט אַ באַפעל צו קלייבן דער באַטייליקטער, און אין 1997 איז רמון דערוויילט געוואָרן. אין 1998 האָט רמון זיך איבערגעקליבן צו דעם אַסטראָנויטן-טרענירונג אַפּאַראַט אין די פאַראייניקטע שטאַטן צוזאַמען מיט זיין משפחה - זיין ווייב רונה און זייערע פיר קינדער. רמונ'ס טרענירונג איידער דער פלוג איז באַשערט געווען צו דויערן בערך אַ יאָר, אָבער NASA האָט אַ סך מאָל דחה געווען די צעשיגונג פון קאָלאָמביע.

אין זיין ראָלע ביים מיסיע STS-107 האָט רמון באַטייליקט אינעם אויספיר פונעם ישראלישער שטויב עקספּערימענט, וואָס איז פּלאַנירט געוואָרן ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט צו פאָרשן דער אויסווירק פון זאַמד-שטורעמס אויפן מיטל מזרח, און אויך אַנדערע עקספּערימענטן אין ביאָלאָגיע און פיזיק.

איידער זיין רייזע איז רמון אינטערעסירט געווען ווי צו מקיים זיין מצוות אין קאָסמאָס. ווען ער האָט געפרעגט וועגן שמירת שבת אין קאָסמאָס האָבן רבנים געענטפערן אַז ער דאַרף ציילן זעקס פּעריאָדן פון 24 שעה'ס און מקיים זיין שבת ביים זיבנטער פּעריאָד, ווי דעם הלכישן מנהג ביי די פּאָלן וואו דער זון שיינט נישט פאַר אַ סך מאָנאַטן.

נאָך אַ סך אָפּלייגן פון די צעשיגונג איז קאָלאָמביע געשיקט געווען דעם 16טן יאַנואַר 2003 פונעם קענעדי קאָסמאָס צענטער צו אַ 16 טעג מיסיע אין קאָסמאָס.

דעם 1טן פעברואַר 2003 איז רמון אומגעקומען צוזאַמען מיט די זעקס אַנדערע מאַנשאַפט מיטגלידער ווען די שאַטל איז זיך צעפאַלן ביים צוריקקומען אינעם ערד'ס אַטמאָספער. די סיבה פאַר דעם אַקצידענט איז געווען אַז אַ טייל פון איזאָלירונג שוים איז געבראָכן ביים צעשיגונג און האָט געקלאַפּט די היץ-באַשיצונג קאַכלס אויפן לינקער פליגל פונעם שאַטל. ביים צוריקקומען אינעם אַטמאָספער האָט דער באַשעדיקטער פליגל זיך צעהיצט און איז צולעצט געבראָכן, וואָס האָט אין גאַנצן צעשטערט די שאַטל.

אילן רמונ'ס קבר אין נהלל

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!