רוי:מרדכי נויגראשל

פון המכלול
ווערסיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מרדכי נויגראשל


טעקע:Noygershel.jpg
מרדכי דוד נויגראשל

הרב מרדכי דוד נויגראשל איז א ליטווישער רב אין ירושלים, וועלכער איז עוסק אין עניני מדע ואמונה. ער איז א געוואלדיגער רעדנער ער קען סיי א פראפעסיאנעלן ענגליש און סיי העברעיש. ערכים טראגט אים ארום איבער דער גארער וועלט צו אויפהייטערן אידן לאבינו שבשמים.

ער פירט אויך אן אן ארגאניזאציע אויף דעם געביט וועלכע רופט זיך יהדות מזוית שונה (יידישקייט פון אן אנדער ווינקל).

ער האט ארויסגעגבן עטליכע ספרים הויפטזעכליך זיין מאדערנעם פירוש אויף דעם פארצייטישן פילאסאפיע ספר הכוזרי, און ממש לעצטנס אויף ספר העיקרים. ער גיט אויך א שיעור א יעדן מיטוואך אויף ראדיא קול חי ("ענין של השקפה"), ווי רופערס קענען אריינרופן מיט שאלות אין אמונה, השקפה אין אקטואליה.

ער האט געלערנט אין ישיבת חברון. ער וואוינט אין סנהדריה מורחבת, ירושלים.

ער גייט אן א בארד און טייל זאגן אז נישט וועגן מאדערנקייט נאר צוליב א מחלה.

ווערק

  • גלות ישמעאל
  • והשבת אל לבבך
  • מסע אל עמקי ההויה
  • מסע אל פסגת הר סיני

וועבלינקען

בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענליכקייטן                       
Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | ישיבת אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענליכקייטן: רבי אורי זוהר | הרב אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | רבי יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | רבי עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן