רוי:מגרש הרוסים
|
|מדינה= מדינת ישראל|נאמען=מגרש הרוסים}}
דאס רוסישע געהעפט (העברעאיש: מגרש הרוסים) איז א פלאץ פון 68 דונאם, אין הארץ פון ירושלים, צווישן די גאסן רחוב יפו, שבטי ישראל און הנביאים.
היסטאריע
צו קענען אקאמאדירען די קאטוילישע עולי רגל און לייזן די פראבלעם פון די געברויכן וואס קומען מיט מיט די עולים ווי שיצונג, שלאפן, קירכעס, עסן, א.ד.ג. האבן די קאטוילישע ארגאניזאציעס צוגעשטעלט קרעטשמעס ווי מ'רופט עס, ווי ס'האט שטארק געכאפט איז די געגנט ווי מ'האט צוגעשטעלט פאר די פערד און וועגענער ווי צו איינשטיין, און א קירכע אויפ'ן פלאץ, מערסטנ'ס פאר רוסישע, און די נאמען "מגרש" הרוסים איז וויבאלד דארט האבן צוויי מיליטערן זיך געגרייט צו אטאקירן ירושלים, און די טערקישע האבן דארט געהאט א מיליטערישע באזע,
מיט די יארן איז די געגנט שטארק אנטוויקלט געווארן, און ס'געבויט געווארן דארט א שפיאטל פאר די עולי רגל, פארשטייט זיך אז די פלאץ איז פיל געווארן מיט פעדלער'ס וואס האבן אויסגעלייגט זייערע סחורות פאר די באזוכער. אין 1858 איז די גאנצע געגנט פארקויפט געווארן פאר די רוסן און דעמאלט'ס איז די געגנט געווארן א פראכט מיט דער שענסטער קירכע, און א נייע שפיטאל, מיט נאך אסאך פלעצער ווי איינצושטיין, און א בנין פאר דעם קאנסול פון רוסלאנד, אויך א הערליכע געביידע וואס הייסט "בית סרגיי", וואס איז געבויט געווארן דורכן רוסישן פרינץ סערגיי, פאר די ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטען פון רוסלאנד וואס קומען באזוכן.
איינער פון די אנטשאלטן איז געווארן א תפיסה אין די צייטן פון בריטישן מאנדאט, אסאך אונטערגרונט מעמבער'ס זענען דארט געזיצן, און אין 1947, ווען די בריטישע האבן שטארק פארסירט די אונטערגרונט באוועגונג, זענען 6 פון די תפיסה פארמשפ'עט געווארן צום טויט. 4 האט מען טאקע געהרגעט נאכן אריבערפירן קיין עכו תפיסה, ווען 2 האבן זיך גענומען דאס לעבן דורך א גראנאט וואס איז געשווערצט געווארן דורך דעם רב וואס איז זיי געקומען באזוכן, היינט איז די פלאץ א מוזיי פאר יענע צייטן מיט אונטערגרונט באוועגונגען.
און 1861 נאכען בויען די גאס פון יפו ביז ירושלים, און שפעטער און 1891 ווען א באן איז געבויט געווארן האט עס זייער שטארק פארשטארקט די באזוכער אויפן פלאץ.
ביי די אויסברוך פון דער ערשטער וועלט מלחמה אין 1914, און צוליב די איבערקערעניש אין רוסלאנד ווערענדיג קאמוניסטיש, האט זיך די געגנט ווי כמעט ליידיג געווארען. נישט קענענדיג קומען פון רוסלאנד היינט זענען נאך דא דארט געציילטע גלחים און אנטשטאלטען וואס נעמען אויף די קאטוילישע באזיכער פון רוסלאנד,
רוב געגנט איז פארקויפט געווארן אין די 1950ער יארן פאר מדינת ישראל, וואס האט אלעס איבערגעגעבן פאר פשטאטישע און פעדעראלע ביוראען, געריכטן, די פאליציי סטאנציע. איינ'ס פון די אנטשטאלטן האט איבערגענומען די משרד הבריאות, א צווייטע'נס די פאליציי, און די טורמע פון ירושלים. אנדערע דינען די יוסטיץ דעפארטמענט (משרד משפטים). ווי "בית משפט השלום",
בית המשפט לתעבורה (פארקער פארלעצונגען) און בית המשפט העליון (העכסטע געריכט) זענען דארט געווען פלאצירט ביז לעצטנס.
און די פלאץ איז געטראפען געווארען א גרויסער זויל אין יאהר 1871 וואס די בילדער הורדוס האט עס איבערגעלאזט נאכען טרעפען א שפאלט. און הורדוס'ס צייטען זענען 162 אזעלכע ריזיגע שטאנגען אריינגעפלאנצט געווארען און ירושלים און ליכט פון די גראנדיעזע בויעונגען דעמאלט'ס, היינט ליגט עס נעבען די פאליציי סטאנציע מיטן ירושלמי'דיגע נאמען עוג'ס פינגער (עוג מלך הבשן).
מגרש הרוסים היינט צוטאגס
און סוף 20סטן יארהונדערט איז די פלאץ געווארן א טייל פון די נאכט-פארוויילונג אין ירושלים, ווערנדיג געעפנט אויפן פלאץ אסאך בּאַרען און פאָבּ'ס, צושטעלענדיג זיך צו ככר ספרא סטיל,
לויט די אנטוויקלונג דעפארטמענט וועט די פלאץ איבערגיין א רענאוואציע, קודם אויסברייטערן די פלאץ צו 130,000 סקווער מעטער, און נאכדעהם אויפבויען האטעלן, הייזער צו וואינען, א האנדעל'ס-צענטער, אפיסעס און אינטערערדישע פארקינג לאט'ס, די פאליציי און די טורמע וועלען איבערגעפירט ווערען ערגעץ אנדערש.
און אקטאבער 2006, האט מען געהערט טענות פון דער רוסישער רעגירונג צוריקצוגעבן די געגנט אונטער דער רוסישער הערשאפט און ס'דא וואס זאגן אז ס'איז געווען מיט די דירעקטע אנווייזונג פון פרעזידענט פוטין.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!