רוי:אריאל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַריאל
Coat of arms of Ariel.svg
Ariel3.JPG
אַלגעמיינער באקוק אויף אַריאל
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1978
דיסטריקט יהודה און שומרון דיסטריקט
בירגערמייסטער אליהו שאווירא
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 14.677 קוואדראט ק"מ
הייך 560 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

17,700‏  (שטייענדיג 2010)
1,206 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2
סטודענטן אינטערנאט

אַריאל איז אַ שטאָט, אין שומרון געגנט וואס געהערט צו מדינת ישראל. די שטאָט געפונט זיך מזרח פון ראש העין, דרום פון שכם, און צפון פון ראמאללא. אַריאל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1978, און אנערקענט געווארן אלס שטאט אין יאר 1998, דער בירגערמייסטער איז רון נחמן, פון די גרינדערס פון די שטאָט.

אריאל איז געגרינדעט געווארן דורך פאמיליעס, וואס זענען געווען באשעפטיגט דורכן מיליטער, אין מיליטערישע אינדוסטריעלע פאבריקן. אין 1987, האט די געגנט געעפנט אירע טויערן פאר אלעמען, און מערערע אימיגראנטן זענען אריבער וואוינען אין אַריאל. וויבאלד די שטאט געפונט זיך גאר נאנט צו גוש דן, און צום צענטער דיסטריקט, אבער געפונט זיך נישט אין אן אורבאנישע געגנט, איז אריאל געווארן אויפגעכאפט. נאך די ישראל ריקצוג פון עזה שטרייף אין יאר 2005, זענען אסאך איינוווינער פון גוש קטיף אריבער וואוינען אין אַריאל.

די שטאטראט האט באשטעטיגט אין יאר 2009, אז די שטאט וועט גערופן ווערן, אין נאמען פון אריק שרון.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, שטייט די באפעלקערונג, ריכטיג צו 2010, ביי 17,700.

שאסיי 5 פארבינדעט די שטאָט מיט תל אביב, און די רייזע איז א קורצע. אריאל דינט אויך אלס צענטראלע שטאט פאר אלע ארומיגע שטעטלעך פון דער אומגעגנט, מיט געשעפטן רעסטאראנטן און שענק. אין אריאל געפונט זיך די גרעסטע פובליק אוניווערסיטעט אין מדינת ישראל, וואס רופט אויס א שטורעם צווישן לינקע אין מדינת ישראל און אין דער וועלט, וויבאלד עס געפונט זיך אין א באזעצונג.

אריאל איז די פערטע גרעסטע זידלונג, פון די פיר אידישע שטעט, אין יהודה ושומרון, נאך מודיעין עילית, ביתר עילית, מעלה אדומים.

די צוקונפט פון אריאל איז אונטער שטרייטן פון מדינת ישראל, און די פאלעסטינער. אין יאר 2001, זענען די צוויי געקומען צום אפמאך, אז אין די שלום אפמאך וועט די אריאל געגנט אריבער גיין צו מדינת ישראל, צוזאמען מיט גוש עציון, און מעלה אדומים געגנט. אהוד אלמערט, האט פארגעשלאגן אין יאר 2008, א פארשלאג פאר אבו מאזען, ווי אריאל וועט אריבער צו מדינת ישראל, און אין אויסטויש, וועט מדינת ישראל געבן אנדערע טעריטאריעס פאר די פאלעסטינער.


מוסטער:שטעט אין ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!