רוי:פריסטיק

פון המכלול
ווערסיע פון 21:02, 27 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פריסטיק (דארף)
Frysztak
[[טעקע:{{{2}}}|90px]]
Frysztak - apteka.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
קאָאָרדינאַטן ‏=49°50′N 21°37′E / 49.833°N 21.617°E / 49.833; 21.617 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
פראווינץ אונטערקארפאטיע

 ‑ אין דארף

950‏  (שטייענדיג 2006)

פריסטיק (פויליש: Frysztak) איז א דארף אין סטריזשעווער גראפנשאפט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפטפוילן, 17 ק"מ צפון־מערב פון קראסנא. פריסטיק געפינט זיך נישט ווייט פונעם וויסלאק, א בייטייך פונעם סאן, אין דעם היסטארישן ראיאן קליינפוילן. צווישן די יארן 1772–1918 איז ער געווען א טייל פון מערב גאליציע.

היסטאריע

פריסטיק ווערט דערמאנט אין יאר 1259 ווי א שטאָט מיט מאגדעבורג רעכטן. אין 1474 האט די אונגארישע ארמיי פון קעניג מאטיאס קארווינוס פארטיליגט די שטאט.

רבי מענדעלע רימאנאווער (תק"ה - תקע"ה), איינע פון די גרויסע פירער פון חסידות אין גאליציע, האט געוואוינט לאנגע יארן אין פריסטיק.

נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, אין 1932, האט מען אוועקגענומען פון פריסטיק דעם סטאטוס פון א שטאט, ווייל די באפעלקערונג האט זיך פארמינערט.[1] צוויי מאל (אין 1952 און 1975) האבן די איינוואוינער פרובירט צוריקבאקומען שטאָט-סטאטוס אָן דערפאלג.

יידן אין פריסטיק

אין יאר 1880 האבן געוואוינט אין פריסטיק 820 יידן, און אין 1921, 1,010 יידן.[2] ווען די צווייטע וועלט-מלחמה איז די באפעלקערונג פון פריסטיק געווען דריי פערטל יידן, מיט 1,322 מענטשן. [2] דער הויפט מסחר אין פריסטיק אין יענער צייט איז געווען מלאכות און פארמעריי.[3] די דייטשן האבן איינגענומען דעם יישוב אום 8טן סעפטעמבער 1939, ווען דייטשע זעלנער האבן בארויבט יידישע הייזער און קראמען און האבן ארויפגעלייגט אויף די יידן צוואנג־ארבעט. א וואך נאכהער, ראש השנה, האבן די דייטשע זעלנער פארברענט תשמישי קדושה און דערמארדעט יידן וואס האבן געדאווענט אין שול.[4]

גאַלעריע

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. 2.0 2.1 "פריסטיק", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. Sliwa, Joanna (2012). Encyclopedia of Camps and Ghettos, 1933-1945. Bloomington: Indiana University Press. p. 505. ISBN 0253353289.
  3. וויליאם לייבנער, היסטאריע פון פריסטיק