רוי:אברהם סוצקעווער

פון המכלול
ווערסיע פון 07:11, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַבֿרהם סוצקעווער אין תּש"י
טעקע:Sutskever Valdiks 1940.jpg
די הילע פונעם לידער באַנד "וואַלדיקס", 1940

אַבֿרהם סוצקעווער (15טן יולי, 1913 - 20סטן יאַנואַר, 2010), איז געװען אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פון דער צװײטער װעלט מלחמה.

ביאָגראַפיע

אַבֿרהם סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין סמאָרגאָן, דאן ליטע הײַנט בעלאַרוס, אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק“מ פון װילנע. זײַן זיידע פון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ שבתי פײַנבערג, מחבר פון ספר „אפיקי מגינים“ אויפן שולחן־ערוך. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פאַרטריבן פון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפונען אַ מקום־מיקלט אין סיביר, אין דער געגנט פון אָמסק, בײַם טײַך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פאַריתומט געוואָרן פון זײַן פאָטער.

נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעקליבן קיין װילנע, דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע „בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט מאַקס ווײַנרײַך. זײַן ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פון דער „בין“.

אין 1934 אַרײַנגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן „יונג ווילנע“ (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, חיים גראַדע א“אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפטער אין פאַרשיידענע ליטעראַרישע צײַטשריפטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום ייִוואָ. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זײַן ערשטער פּאָעזיע־באַנד לידער. נאָכן דײַטשן אָנפאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פון דער צװײטער װעלט מלחמה, געבליבן פאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זײַן פרוי פריידקע אין ווילנער געטאָ. באַטייליקט אין גײַסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פון זעלטענע ספרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פון דער פאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפן פון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפט די דײַטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער.

אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זײַנע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז מאָסקווע און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרײַבער ווי באָריס פּאַסטערנאַק, איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פאַר דער אַרבעט פון ייִדישן אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער מלחמה האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער.

נאָך דער באַפרײַונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין לאָדזש און אין פּאַריז. דעם 12טן פעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפן נירנבערגער פּראָצעס קעגן די נאַצישע קריגס־פאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל די גאָלדענע קייט (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף ייִדיש.

צווישן 1948 און 1996 זײַנען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זײַנע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרײַבער ווי טשעסלאַוו מילאָש און ערי דע לוקאַ האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פון די וויכטיקסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פראַנצייזיש און פאַרשיידענע אַנדערע לשונות.

ער איז ניפטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פון 96 יאָר.

ביכער

ביבליאָגראַפיע

  • יובֿל־בוך צום פופציקסטן געבוירן־טאָג פון אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1963)
  • שלמה ביקל. די ברכה פון שיינקייט: עסייען וועגן אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג המנורה, 1969)
  • יודל מאַרק. אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישער וועג (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1974)
  • אַבֿרהם נאָווערשטערן. אַבֿרהם סוצקעווער־ביבליאָגראַפיע (תּל־אָבֿיבֿ, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1976)
  • ייִחוס פון ליד/יחוסו של שיר, לכּבֿוד אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1983)
  • אַבֿרהם סוצקעווער במלאות לו שבעים/צום ווערן אַ בן־שבֿעים (ירושלים, קאַטאַלאָג פון דער אויסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, נאָוועמבער 1983)
  • די גאָלדענע קייט נומער 136: אַבֿרהם־סוצקעווער־נומער (תּל־אָבֿיבֿ, 1993)

וועבלינקען

מוסטער:ביכער--