רוי:ליל ששי
ליל ששי איז דער נאכט פון פאר שבת, דער נאכט צווישן דאנערשטאג און פרייטאג.
מנהגים פון ליל ששי
אין די ישיבות אין ליטא און אין אונגארן בעפאר חורבן אייראפע און שואה דורך די צווייטע וועלט קריג, איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זענען אויף געבליבן א גאנצע נאכט און געלערנט, סיי כדי דערמיט צו מאכן א פאסיגען סיום פאר די וואך, און סיי כדי צו מאכן א ריכטיגע הכנה דרבה לכבוד שבת. דער מנהג איז בעיקר איינגעפירט געווען אין די לאנגע ווינטער נעכט, אבער אויך א גאנץ יאר זענען געווען מתמידים וואס האבען אויסגענוצט די צייט צו פארמערן אין לערנען. דער מנהג איז ענליך צו דעם וואס מען פירט זיך אויפצובלייבן וואך אין יום טוב שבועות צו זאגן תיקון ליל שבועות. היינט צו טאג'ס טרעפט מען אויך אין חסידי'שע ישיבות בחורים וואס זיצן בהתמדה און שטייגן א גאנצע נאכט, אבער אויך פון די סארט וואס זענען מער עוסק אין עסן טשאלענט ווי עס פירן זיך די ליל ששי אידן.
אין ירושלים איז פארהאן א מנהג אויסצוזאגן גאנץ תהלים ביים כותל המערבי, און עס זענען פארהאן אזעלכע וואס פירן זיך דאס צו טאן ביי קבר דוד המלך, כאטש עס איז אנגענומען אז ביינאכט לערנט מען נישט קיין נ"ך.
עס איז אויך דא וואס פירן זיך צו גייין צו קברי אבות אין ליל ששי, אין ארץ ישראל איז דא גרופעס וואס גייען צו קבר רחל, מירון, שמעון הצדיק, און יוסף הצדיק.