רוי:רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם
רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"ד – ג' אלול ה'תש"ג), דער טשחויווער רב, דער יונגסטער זון פון דברי חיים.
אפשטאם
רבי ישעיה'לע איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ד, אויף די עלטער בן זקונים פון זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רעכיל דבורה, א טאכטער פון הרב יחיאל צבי הירש אונגאר פון טארנא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר דער דאמבראווער רב.
רבנות
נאך זיין חתונה האט רבי ישעיה'לע געגעסען קעסט ביי זיין עלטער שווער רבי יהושע רוקח אין בעלזא צוזאמען מיט זיין פעטער רבי ישכר דוב רוקח , זיין שווער האט געזאגט אז מיר קענען נישט בייסעפטען מיט וועלכע קדושה דער דברי חיים האט אראפגעברענגט זיינע קינדער, ספעציעל די וואס זענען געבוירן אויף די עלטער.
אין עלטער פון ניינצעהן יאר איז רבי ישעיה'לע אויפגענומען געווארן רב אין טשחויוו, ער האט אבער זיך דארט אפגעליטען איבער זיין פעסטקייט אין יידישקייט. אין יאר ה'תרנ"ג איז ער אוועק קיין סאטמאר, נאכהער איז ער אריבער קיין קראקא.
הסתלקות
רבי ישעיה'לע איז פארברענט געווארן איינגעהילט אין פאטער'ס טלית, אויף קידוש השם ג' אלול ה'תש"ג, הי"ד.
פאמיליע
רבי ישעיה'לע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת פריידא א טאכטער פון הרב יחיאל העשל פון קריליוויטש, (אן איידעם פון מיטעלן בעלזער רב הרב יהושע רוקח), א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל פון זשינקאוו, א זון פון אפטער רב, הרב אברהם יהושע העשיל (אפטא), דער "אוהב ישראל". זייערע קינדער:
- מרת רעכיל דבורה, די ווייב פון הרב חיים יצחק טווערסקי פון לאיעוו (ה'תרמ"ו - כ"ד ניסן ה'תש"ג), אן אור-אייניקל פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל.
- הרב חיים האלבערשטאם (ה'תרמ"ב – ה'תשט"ז), טשחויווער רב אין ניו יארק.
- מרת הענא, די ווייב פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם הי"ד, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם פון מאשינא. ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.
בזיווג שני האט רבי ישעיה'לע געהייראט מרת אסתר א טאכטער פון הרב יעקב צבי רבי פון פאריסאוו.
- זי איז געווען די אלמנה פון הרב ירחמיאל טייטלבוים א זון פון הרב משה יוסף טייטלבוים, דער שידוך איז צושטאנד געקומן ווען זי האט גענומן חליצה פון איר ערשטן מאן'ס ברודער, אין אנוועזענהייט פון שינאווער רב און פון דעם זיידען פון איר ערשטען מאן דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:
- הרב יעקב צבי האלבערשטאם (ה'תרנ"ו (אומגעפער) – ה'תש"ג), רב אין סוכא.
- הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, פון קראקא, ער האט געהייראט מרת רבקה ביילא א טאכטער פון הרב בן ציון האלבערשטאם רב אין באבאוו.
בזיווג שלישי האט רבי ישעיה'לע געהייראט מרת הינדא א טאכטער פון הגה"צ ר' מנחם מענדיל בן הרה"צ ר' נפתלי צבי בהגה"ח ר' נתן נטע פרנס מיאשינצע וואס זיין מוטער - פון הגה"צ ר' מנחם מענדיל - איז געווען מרת רבקה בת רבי אלימלך טארעם פון רימאנאוו-גארליץ;[1] נישט געהאט קיין קינדער.
זעט אויך
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ מרת רבקה איז געווארן די פערטע ווייב פונעם דברי חיים