לב טהור (לשון-קודש, טייטשנדיג 'ריין הארץ') איז א אידישע גרופע געגרינדעט אין ארץ ישראל אין 1988 דורך שלמה העלבראנץ. עס ווערט באטראכט אלס א אידישע קולט מיט ארום 200–300 אדער 500 מיטגלידער. די גרופע איז באקאנט פאר אירע שטרענגע, פונדאמענטאליסטישע אויסטייטשונגען פון אידישן געזעץ, אריינגערעכנט לאנגע דאווענען, חתונה'ס פאר יונגע בחורים און מיידלעך, און שווארצע קליידונג פון קאפ ביז פיס פאר מיידלעך און פרויען פון דריי יאר אלט אָן. לב טהור האט זיך אנגעשטויסן אין צאלרייכע באשולדיגונגען פון קינדער זידלונג, פארנאכלעסיגונג, קידנעפינג, און געצווינגענע חתונה'ס.

היסטאריע

די גרופע איז געגרינדעט געווארן אין די 1980ער יארן אין ארץ ישראל דורך שלמה העלבראנץ. אין די פריע 1990ער יארן, איז העלבראנץ אריבערגעפארן צו די פאראייניגטע שטאטן, זיך באזעצנדיג אין ברוקלין און שפעטער אין מאנסי, ניו יארק. ער האט געדינט א טורמע טערמין פארן קידנעפן א 13-יעריגן בחור. נאכדעם וואס ער איז דעפארטירט געווארן קיין מדינת ישראל, איז ער אריבערגעפארן קיין קאנאדע אין 2003. אין 2013, איז די גרופע אריבערגעפארן קיין גוואטעמאלע. שלמה העלבראנץ איז אומגעקומען אין א טייך אין מעקסיקא אין יולי 2017. זיין זון, נחמן העלבראנץ, האט איבערגענומען די פירערשאפט, געשילדערט אלס "מער עקסטרעם". אין דעצעמבער 2018, זענען נחמן העלבראנץ און אנדערע פירער ארעסטירט געווארן אין מעקסיקא. זייט איר גרינדונג, האט לב טהור זיך געצויגן דורך ארץ ישראל, די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, גואטעמאלע, מעקסיקא, באסניע און הערצעגאווינע (2022), און אנדערע פלעצער. אין דעצעמבער 2024, האבן גואטעמאלישע אויטאריטעטן דורכגעפירט א רעיד אויף איינע פון זייערע פלעצער, ארויסנעמענדיג 160 מינדעריעריגע צוליב באשולדיגונגען פון קינדער זידלונג און מענטשן האנדל.

הנהגות און דעות

דער גרינדער פון דער כת, ארז שלמה הלברנץ, האט אין זיינע יונגע יארן אנגענומען א גאר שטרענגע און קנאישע שיטה פונעם סאטמארן חסידות. ער האט געהאלטן, אז עס שוועבט א סכנה אויף כלל ישראל ווייל מען האט עובר געווען אויף די "דריי שבועות" ביי דער גרינדונג פון דער מדינה, און אויך צוליב אנדערע עבירות. ער האט געהאלטן, אז "שנאת הרשעים" מחייב א גאנצע הפרדה צווישן פרומע און חילונים, און אריינגערעכנט אז בעלי תשובה מוזן איבעררייסן די קשרים מיט זייערע פרייע עלטערן. דעריבער זענען געווען אסאך מחלוקות ארום זיין ישיבה.

די מענטשן פון דער קהילה האבן זיך אנגענומען מיט עקסטרעמע הנהגות וואס איז נישט געווענליך ביים חרדישן ציבור. למשל, מיידלעך פון דריי יאר און העכער האבן געמוזט אנגיין מיט א שלייער וואס האט באדעקט דעם גאנצן קערפער, חוץ די אויגן אדער דאס פנים. אויסער דעם, האט די כת פארלאנגט א פטלע צעטיילונג צווישן מענער און פרויען, אפילו אין שטוב, און אפילו ביי מאן און ווייב. חוקרים וואס קענען דעם ענין האבן דערציילט, אז די ווייבער האבן נישט געטארט רעדן צו זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים, נאר האבן געמוזט קלאפן מיט די פוס און מאכן א רעש. דער מאן האט געמוזט רעדן צו איר דורך א פארהאנג, ווייל לכאורה האבן זיי נישט געטארט זיין צוזאמען אין איין שטוב.

יעדער איינער אין דער כת האט געמוזט אריינגעבן א וואכנדיגע דין־וחשבון אויף יעדן איינצלנעם פרט אין זיין לעבן. דער באריכט האט איינגעשלאסן ווען מען איז אויפגעשטאנען, וואס מען האט געגעסן, צי מען האט געדאווענט, און אויב מען האט געמאכט א הפסקה אינמיטן דאווענען, האט מען געמוזט שרייבן ווי לאנג. מען האט אויך געמוזט שרייבן ווען מען איז געגאנגען אין בית הכסא און יעדער אנדערע זאך וואס מען האט געטון אין טאג.

אויסער דעם, האט יעדער איינער געמוזט אונטערשרייבן אז ער האט גענומען די וויטאמינען וואס מען האט אים באשטימט. די וויטאמינען האט מען געגעבן לויט פסיכאלאגישע דיאגנאזן וואס דער אדמו"ר האט אליין געגעבן, למשל "פסיכאפאטיע" אדער אן אנדערע דיאגנאז.

אויך האבן די מיטגלידער געמוזט לעבן אין זייער שווערע תנאים, אסאך מאל אין פראוויזארישע הייזער אין ווייטע דערפער. דאקומענטן צייגן אז די קינדער האבן געליטן פון הונגער און האבן געהאט אן ערנסטן מאנגל פון מעדיצינישע הילף.

חתונות וואס מ'האט געצוואונגען זענען געווען א נארמאלער זאך אין דער כת. די פירער האבן באשלאסן ווער מיט וועמען זאל חתונה האבן, אריינגערעכנט קינדער פון 12-14 יאר וואס מען האט געצוואונגען צו חתונה האבן מיט ערוואקסענע, טייל פון זיי עלטערע פירער אין דער כת. די חתונות זענען געווען מיט שווערע נפשי'דיגע דרוקן. מיטגלידער וואס האבן זיך אפגעזאגט צו פאלגן די באפעלן, האבן באקומען שווערע שטראפן, ווי למשל זיי האבן זיי אפגעזונדערט פון אלעמען, נישט געגעבן זיי קיין עסן, און זיי געשלאגן.

די כת איז געווען באקאנט דערמיט וואס זיי האבן געשיידט קינדער פון זייערע עלטערן, בכדי זיי זאלן זיין מער אפהענגיג אויף די פירער. די קינדער זענען אויפגעוואקסן אין א באזונדערע גרופע, מיט כמעט נישט קיין שייכות צו די עלטערן. די כסדר'דיגע נסיעות פון די כת פון איין לאנד צום צווייטן איז געווען כדי די געזעץ באאמטע און די פאמיליעס זאלן נישט קענען ראטעווען זייערע געליבטע.

אונטער דער פירערשאפט פון נחמן הלברנץ, איז די כת געווארן נאך מער עקסטרעם. ער האט פארבאטן זיינע מענטשן צו עסן פלייש, פיש און עופות. פונקט ווי זיין טאטע, באשטימט ער וועגן חתונות און גט'ן אין דער קהילה. קינדער זענען געווארן נאך מער אפגעשיידט פון זייערע עלטערן, און די צוואנג חתונות זענען געווארן נאך ערגער. די קהילה האט אויך איינגעפירט עפנטליכעשלעק אלס שטראף.

אין יאר 2020 איז ארויסגעקומען א באריכט אז די מענטשן אין דער גרופע האבן מורא געהאט פון אן "ישראל'דיגער אקציע צו קידנעפן די קינדער", און דערפאר האבן די פירער באפוילן אז אויב דאס וועט פאסירן, זאל יעדער פאטער פון הויז הרגענען זיינע קינדער און משפחה.

קאנטראווערסיעס

לב טהור איז ווייט פארדאמט געווארן פאר קינדער זידלונג, מוח וואשונג, דראגס באנוץ, און געצווינגענע חתונה'ס. קריטיקער נעמען אריין געוועזענע מיטגלידער, פאמיליעס, רבנים, און געזעץ פארסירונג אויטאריטעטן. די גרופע איז באצייכנט געווארן אלס די "אידישע טאליבאן" אין די פּרעסע. זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין קינדער שוץ אויספארשונגען אין קאנאדע און רעידס אין גואטעמאלע. מיטגלידער זענען ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן פאר פארברעכנס אריינגערעכנט קידנעפּינג און קינדער אויסנוץ. אין 2013, האבן קאנאדישע אויטאריטעטן אויסגעפארשט די גרופּע צוליב נישט רעגיסטרירטע קינדער און זארגן איבער זייערע לעבענס באדינגונגען. אין אפריל 2013 האבן די פירער פון לב טהור אנטוויקלט א פלאן אויב די אויטאריטעטן וועלן אנהייבן אקציעס צו ארעסטירן די קינדער. אין אוגוסט יענע יאר האבן 21 קינדער-סערוויס ארבעטער אנגעהויבן קלאפן אויף טירן און האבן געפונען אומריינע הייזער מיט 4-5 קינדער וואס שלאפן אין איין שלאף-צימער, מאטראצן אנגעזאפּט מיט אורין, און קינדער מיט פאנגוס אויף די פיס. אין דעצעמבער 2024 האבן גואטעמאלישע אויטאריטעטן דורכגעפירט א רעיד אויף איינע פון זייערע פלעצער און ארויסגענומען 160 מינדעריעריגע נאך קלאגעס פון קינדער זידלונג און מענטשן האנדל.

דאקומענטארן

לב טהור איז געווען דער טעמע פון עטליכע דאקומענטארן, אריינגערעכנט א צוויי טייל סעריע אויף דער מדינת-ישראל'דיגער פראגראם True Face אין נאוועמבער 2012. Global News האט געוויזן א דאקומענטאר איבער לב טהור אין פעברואר 2014 אלס טייל פון 16×9. The Fifth Estate האט געדעקט לב טהור אין א שעה לאנגע פראגראם.