רוי:סינגל

פון המכלול
ווערסיע פון 17:24, 17 יוני 2025 דורך רושם רשימות (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏דרויסנדיגע לינקס: פארברייטערט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א "סינגל" איז אן איינצעלער מוזיקאלישער טרעק, וואס א זינגער אדער פראדוצירער געבט ארויס. געווענליך איז דאס בלויז איין אדער צוויי לידער, אדער א קורצע קאלעקציע פון ניגונים, וואס ליגן אלע אויף איין טרעק, און איז נישט א גאנצער אלבום. די סינגלס קענען זיין אליין-שטייענדע ניגונים אדער פארבינדן מיט א זינגער'ס אלבום.

אין די 20 צענדליגער יארן ווען דער אינדוטסריע פון מוזיק איז מער ווייניגער אריבער צום דיגיטאלישן פארמאט אויפן געוועב, האט זיך דראסטיש פארמערט די צאל סיגנלס וואס ווערן ארויסגעבן און פאלבליצירט אויף אנליין פלאטפארמעס.

היסטאריע

דער סינגל איז בעצם אמאל געווען באגרעניצט צו א פיזישע פלאטע, דאס האט זיך דעפינירט אין די מיטל-20סטע יארהונדערט מיטן 45'ער, דאן איז עס געווען א סארט 7-אינטש ווייניל פלאטע מיט אן "זייט-A" און א "זייט-B", דאס הייסט איין ניגון אויף יעדע זייט. דער סינגל פארמאט האט געהאט א שטארקן איינפלוס אויף מוזיק און איז געווען באליבט ביי יינגערע מענטשן אין די 1950ער און 1960ער יארן.

מיט דער ערשיינונג פון די ווידעאָ־קליפּס אין די 1980ער זענען די סינגלס אריבער צו ווערן פובליצירט אין ווידעא ווערסיעס. אין די 2000ער יארן זענען סינגלס אין דיגיטאלע פארם געווארן זייער פאפולער.

היינט-צו-טאג קויפט מען פיזיש-ארויסגעגעבענע מוזיק מערסטנס אין דער פארם פון גאנצע אלבומען אנשטאט סינגלס. די מערסט-געברויכליך פיזישע פארמאטן פון סינגלס זענען געווען די 7-אינטש (45'ער) וויינעל פלאטעס און די סי-די סינגל, אבער מען האט אויך ארויסגעגעבן סינגלס אויף אנדערע פארמאטן ווי 12-אינטש וויניל פלאטעס, 10-אינטש שעלאק פלאטעס, קאסעטע סינגלס, און מיני סי-די.

הגדרה

וואס מאכט אויס א סינגל איז היינט שוין נישט אזוי קלאר: דער גרעסטער דיגיטאלער מוזיק פלאטפארמע, דער אייטונס סטאר (itunes), נעמט נאר אן אלס סינגלס ארויסגעגעבענע ניגונים מיט דריי אדער ווייניגער שטיקלעך וואס זענען ווייניגער ווי צען מינוט יעדע (לענגערע זאכן ווערן קלאסיפיצירט אלץ אי-פי'ס אדער אלבומען). אבער אויף אנדערע פלאטפארמעס ווערן יא ארויסגעשטעלט אלס סינגלס דורך זינגער און פירמעס ארויסגעגעבענע זאכן וואס פאלן נישט אריין אין די קריטעריעס.

קאווער

אין דער מוזיק־וועלט איז פאראן א באגריף וואס מען רופט א קאווער (אויף ענגליש: Cover version). דאס מיינט, ווען אן אנדער זינגער אדער מוזיקאלישע-כאאר זינגט איבער א ליד וואס איז שוין פריער פובליקירט געווארן דורך אן אנדער קונסטלער.

דאס קען געשען פון פארשידענע סיבות: אמאל איז עס אַן אויסדרוק פון כבוד אדער שעצונג צום ארגינעלן קאמפאזיטאר אדער זינגער. אמאל איז עס כדי צו געבן א נייעם טעם אדער א נייעם סגנון צום ליד, וואס דערפרישט עס און קען עס פאפולער מאכן ביי אן אנדער עולם. עס פאסירט אויך, אז א ליד וואס איז נישט געווען זייער באקאנט אין זיין ערשטער ווערסיע, ווערט א היט נאכדעם וואס אן אנדערער מאכט א קאווער דערפון.

א ביישפיל דערפון ביי אונז אין דער היימישער מוזיק וועלט, איז דער ניגון "ואפילו בהסתרה". דאס ליד איז ארגינעל רעקאדירט און פארשפרייט געווארן דורך יואל קליין. שפעטער, האבן חיים ישראל און מידד טסה ארויסגעגעבן זייערע אייגענע קאווער ווערסיעס דערפון, יעדע איינע מיט איר אייגנארטיגן סטיל, און אזוי דערגרייכט נאך ברייטערע עולמות.

די לעגאלע זייטן פון מאכן א קאווער זענען וויכטיג צו באמערקן: לויט די קאפירעכטן געזעצן אין רוב לענדער, דארף מען געווענליך באקומען רשות אדער באצאלן רויאלטיס צו די שאפערס פונעם ארגינעלן ליד, כדי צו רעקארדירן און פארשפרייטן א קאווער.


דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן