קערעסטיר[1] (אונגעריש: Bodrogkeresztúr, באָדראָג־קערעסטור[2]) איז א קליין שטעטל אין דער געגנט פון באָרשוד-אַבאַוי-זעמפּלען, אין צפון־מזרח אונגערן. דאס שטעטל איז באַנאָמענט נאכן טייך באָדראָג, וואס פליסט נעבן אים. עס זענען דא בערג ארום דעם שטעטל. קערעסטיר גרענעצט מיט טאָקאַי, וואס איז בארימט פאר זיינע וויינען. דאס שטעטל געפינט זיך 48 קילאמעטער מזרח פון דער שטאט מישקאלץ. די קאָאָרדינאַטן פון שטעטל זענען 48°10' צפון, 21°22' מזרח.

היינט לעבן אין דעם שטעטל אונטער 850 איינוואוינער[3] וואס זענען נישט אידן, אויסער עטליכע אידן וואס זענען נישט פון דארט און היטן אפּ די געסט הייזער ביי די שולן.

היסטאריע

די געגנט איז באזעצט זינט פּרעהיסטארישע צייטן. דאס שטעטל און זיין פעסטונג זענען צום ערשטן דערמאנט געווארן אין 1239. אין דעם 16טן יארהונדערט, איז קערעסטיר דערמאנט געווארן אלס א מארק־שטעטל. דאס שטעטל איז צוויי מאל חרוב געווארן: איינמאל בעת דער אויפשטאנד פון פערענץ ראַקאָצי אין אנהייב פונעם 18טן יארהונדערט, און א צווייט מאל בעת דער רעוואלוציע פון 1848–1849. דאס שטעטל האט אבער באוויזן זיך צו באנייען, הויפּטזעכליך דורך וויין־פּראדוקציע, וואס איז באדייטנד מאדערניזירט געווארן דורך חסידישע מתיישבים וואס זענען געקומען אין 1726.

די אידישע קהילה

די ערשטע אידן האבן זיך באזעצט אין קערעסטיר אין 1726, זיבן משפּחות וואס זענען געקומען פון פּוילן. זיי האָבן זיך באזעצט מיט דער שטיצע פון די בעלי־אחוזות. די ערשטע ידיעות וועגן אידן אין שטעטל זענען פון דעם צענזוס פון 1723–1724.

פּאפּולאציע: די אידישע באפעלקערונג אין קערעסטיר איז געשוואונגען: 58 אין 1746, 336 אין 1880, 535 אין 1930, און 455 אין 1941, וואס איז געווען 20.2% פון די 2,248 איינוואוינער פונעם שטעטל. נאכן חורבן, זענען צוריקגעקומען 37 איבערלעבער, וואס איז געוואקסן צו 63 ביז 1949[4], און ביים שפּיץ, איז די אידישע פּאפּולאציע נאכן קריג געווען בערך 100 משפּחות[5].

יאר צאל אידן[6] באפעלקערונג אין סך הכל
1736 10[7]
1840 239
1880 309 1,256
1910 404
1920 467
1930 535
1941 455 2,248

עקאנאמיש לעבן

די אידן זענען הויפּטזעכליך געווען סוחרים, קרעמערס, קרעטשמערס, און בעלי־עגלה. זיי האבן געהאנדלט מיט לאנדווירטשאפטליכע פּראדוקטן, אריינגערעכנט וויין. ווייל קערעסטיר געפינט זיך אין דער טאקאיער געגנט, זענען אויך געווען אידישע וויין־פּראדוצירערס. די גיט־באזיצער האבן ערלויבט אידן צו קויפן וויינגערטנער צו פּראדוצירן כשר וויין[7]. די טויב פאמיליע האט באזיצט א שטיינברוך (א בארג פון וואס מען האקט שטיינער; quarry), וואס האט צוגעשטעלט שטיינער פאר הייזער און ארבעט פאר איינוואוינער. די שטיינברוך איז נאך אלץ זעבאר פונעם בית־עלמין.

בעת די צייטן פונעם גרויסן רבי, ר' ישעיה שטיינער, זענען פיל אידן געווען בעלי עגלה (וואס האבן צוגעשטעלט טראנספּארטאציע פאר באזוכער). אויך האבן געוויסע געעפנט רעסטאראנען און געמאכט פרנסה פון די געסט. די מצב פון די מערהייט אידן איז געווען שווער עקאנאמיש, און עס זענען געווען משפחות וועמענס הויפט פרנסה איז געקומען פון דער שטיצע וואס זיי האבן באקומען פון צייט צו צייט פון רבי'ן, פון נדבות פון געסט[7].

רעליגיעז לעבן און רבנים

די קהילה האט זיך ארגאניזירט סוף פונעם 18טן יארהונדערט. א חברה קדישא און א אידישן בית־עלמין זענען געגרינדעט געווארן אין 1767. עס איז אויך געווען א חברת גמילות חסדים, א חברת ש"ס, און א יוגנט גרופּע באקאנט אלס תפארת בחורים. די קהילה האט געהאט צוויי צווייגן אין באדראג־קישפאלוד און סעגי[8]. די ערשטע שול איז געבויט געווארן אין 1767. נאך א פייער אין 1906, איז זי ערזעצט געווארן דורך א נייע שול. אין תרכ"ט האט די קהילה זיך דעפינירט אלס ארטאדאקסיש. אין 1885 האבן זיך צוגעשלאסן צו דער קהילה פון קערעסטיר די קלענערע נאנטע קהילות. פיל פון די אידן זענען געווען חסידים און האבן געהאט אַן אייגענע שול. קערעסטיר איז געווארן א צענטער פאר די ארטאדאקסישע קהילות אין דער געגנט. א אידישע עלעמענטאר שולע איז געגרינדעט געווארן אין 1784, אבער נאך עטליכע יאר איז זי ערזעצט געווארן דורך א חדר און תלמוד תורה. עס איז אויך געווען א ישיבה אין שטעטל[7].

רבנים: צווישן די רבנים וואס האבן געדינט אין דער קהילה זענען געווען ר' אליעזר לאנדאן (1780–1796), ר' ישראל וואַהרמאַן (1785–1799), ר' אברהם טענענבוים (1800–1815), ר' צבי הירש הכהן גלאנץ (1826–1827?), אַן אייניקל פון רבי משה טייטלבוים, וועמענס השפּעה האט געמאכט די קהילה א פעסטונג פון חסידות. אנדערע רבנים זענען געווען ר' משה אליהו ווייבערג (1833–1837?); ר' מנחם גרשון מאנדל (שפעטער געטוישט זיין נאמען צו גרינוואלד; 1860–1870), וועלכער איז געקומען פון קעמעטשע. זיין קבר, מיט א נייער מצבה, געפינט זיך נידעריגער אויפן בית־עלמין בערגל[9]; ר' משה גינז־שלעזינגער (1894–1924/28), און זיין זון ר' חיים שלעזינגער (1924/28–1944), וואס איז אומגעקומען אין חורבן.

רבי ישעיה שטיינער (ר' ישעילע): ר' ישעיה שטיינער (1851–1925), באקאנט אלס ר' ישעילע, איז געווען באקאנט אלס א וואונדער טוער רבי. ער איז געבוירן געווארן אין זבאָראָ, אונגערן אין תרי"א. נאך זיין פאטער'ס פטירה, איז ער אין עלטער פון 12 יאר געשיקט געווארן צו לערנען ביי רבי צבי הירש פון ליסקא, און איז געווארן זיין משמש. נאך רבי צבי הירש'ס פטירה (תרל"ד) האט רבי מרדכי פון נאדווארנע פארגעלייגט פאר רבי ישעי'לע זיך אריבערצוציען קיין קערעסטיר. רבי ישעילע איז געווארן א בארימטער חסידישער רבי. זיין הויז געפינט זיך ביי קאָשוט אוטצא 65–67. ר' ישעילע איז געווען באוואוסט פאר זיינע חסדים און גרויסע סעודות. ר' ישעילע האט ארגאניזירט הילף פאר פּליטים פון גאליציע בעת דער ערשטער וועלט מלחמה. אפילו גויים האבן אים צוגעשריבן איבערנאטירליכע כוחות און האבן געזוכט זיין הילף[7]. זיין קבר (דאס אוהל) געפינט זיך אויפן שפּיץ פון דערעזלע בערגל[10]. זיין קבר איז נאך אלץ א ארט פון עליה לרגל. דאס הויז איז איבערגעבויט געווארן און דינט היינט פאר רייזנדע. א סך מענטשן קומען אהין, ספּעציעל אין זיין יארצייט. נאך זיין פטירה אין תרפ"ה, האט אים נאכגעפאלגט זיין זון רבי אברהם (תרפ"ה–תרפ"ז). רבי ישעיה גראָס, אַן אייניקל פון רבי ישעי'לע און הייסט נאך אים, האט איבערגעלעבט דעם חורבן און איז געווען דער ערשטער וואס איז צוריקגעקומען קיין אונגארן פון אמעריקע אין 1964. ער האט געארבעט אויף צו פארריכטן דאס אוהל. עס זענען דאָן אייניקלעך פון ר' ישעילע וואָס פירן א קהילה פון קערעסטיר אין בארא פּארק, ברוקלין, נ"י.

די מעשׂה פון ר' חיים בעל שם: אַ מעשׂה איז דערציילט פון ר' ישעילע אַז אין 1782 האָט געלעבט אַ מיסטיקער מיטן נאָמען מרדכי אין אַ געסטהויז אויפן וועג צווישן קערעסטיר און טאָקיי. בעת אַ ברית מילה, האָט ר' מרדכי באַשלאָסן צו פאַרוויילן די געסט און געזאָגט אַז ער וועט איינלאַדן יוֹאָב בּן צְרוּיָה, וואָס איז געווען דוד המלך'ס גענעראַל, צו דער צערעמאָניע. ער האָט געזאָגט עטליכע "מאַגישע" ווערטער, און פּלוצלינג איז פון דער ערד אַרויסגעקומען אַ שרעקליכע געשטאַלט אין פולער מיליטערישער פאָרעם מיט אַ שווערד און שפּיז. די געסט זענען געוואָרן שטאַרק דערשראָקן, און ר' מרדכי האָט אים באַפוילן צוריקצוגיין צו זיין אָרט. די געשטאַלט האָט זיך אָפּגעזאָגט און דערקלערט אַז ווייל ער איז געשטערט געוואָרן, וועט ער פאַרניכטן די שטאָט קערעסטיר. די דערשראָקענע געסט האָבן נישט געוואוּסט וואָס צו טאָן, ווען פּלוצלינג איז באַוויזן געוואָרן ר' חיים, וואָס האָט געלעבט אין דעם נאָענטן דאָרף סעג (Szeg) און איז געווען אַ וויינגערטנער היטער. ר' חיים האָט באַפוילן דער געשטאַלט צוריקצוגיין. די געשטאַלט איז גיך פאַרשוואוּנדן געוואָרן. אַזוי איז אנטפּלעקט געוואָרן דער באַהאַלטענער גרוסער מאַן, ר' חיים. מע האַלט אַז דער קבר פון ר' חיים בעל שם געפינט זיך אין בית־עלמין און ווערט באַצייכנט דורך אַ מצבה עלטער פון צוויי הונדערט יאָר, און עטליכע גלויבן אַז דאָרט ליגט דער בעל שם טוֹב אַליין[11].

נעאלאגיע און ציונות

די ציוניסטישע באַוועגונג האָט זיך געשטאַרקט און פאַרשפּרייט זיך מיט דעם אָנקומען פון פּליטים פון גאַליציע נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה, און פיל פון די אַלטע איינוואוינער פונעם שטעטל האָבן זיך שפּעטער צוגעשלאָסן צו זיי. נאָך די פּרעות פון ווייסן טעראָר אין 1919, איז דאָרט געגרינדעט געוואָרן אַ ציוניסטישער סניף.

אנטיסעמיטיזם

סוף 18טן און אָנהייב 19טן יאָרהונדערט האָבן די אידן פונעם שטעטל געליטן פון אַנטיסעמיטיזם פון די נישט־יידישע איכערים, וואָס זענען געווען אָן רעכטן. די איכערים האָבן מקנא געווען די אידן פאַר זייער הצלחה אין וויין־פּראָדוקציע און פאַרקויף, אַ געביט וואָס זיי זענען נישט געלונגען אין. זיי האָבן אויך ניט גוט געזען די פאַרבינדונגען פון די אידן מיט די בעלי־אַחוזות. עס זענען געווען פּרואוון צו פאַרמיידן אידן פון קויפן וויינגערטנער, און כאָטש עס זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן באַפעלן דערין, זענען זיי נישט פאַקטיש אויסגעפירט געוואָרן. ביים ערשטן וועלט מלחמה, ווען די רוסישע אַרמיי האָט איינגענומען גאַליציע, זענען פיל אידן אַנטלאָפן קיין אונגערן. עטליכע הונדערט פון די פּליטים האָבן זיך באַזעצט אין קערעסטיר. זייער אָנקומען האָט אַרויסגערופן ווידערשטאַנד פון די נישט־יידישע תּושבים און האָט געפירט צו אַנטיסעמיטישע אויסדרוקן, וועלכע זענען ביז דעם נישט געווען אַזוי ברייט פאַרשפּרייט. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ הסתה קעגן די ישיבה בחורים פון אָרט, באַשולדיקנדיג זיי אין אויסמיידן מיליטער־דינסט, ספּעציעל בעת דעם ווייסן טעראָר. פיל האָבן באַשולדיקט די אידן פאַר דעם דורכפאַל פון אונגערן אין דער מלחמה. די לאַגע האָט דערגרייכט אַ שפּיץ, ווען אַ דעמאָביליזירטער סאָלדאַט אין קערעסטיר האָט דערמאָרדעט אַ גאַנצע יידישע משפּחה.

דער חורבן

בעת דער צווייטער וועלט מלחמה, זענען די אידן אונטערגעוואָרפן געוואָרן דראַקאָנישע אַנטי־יידישע מיטלען. זיי זענען באַרויבט געוואָרן פון זייער פּרנסה, און פיל מענער זענען רעקרוטירט געוואָרן פאַר צוואַנגס אַרבעט. נאָך דער דייטשער אָקופּאַציע פון אונגערן (19טן מערץ 1944), זענען די אידן אַרומגענומען געוואָרן (16–17טן אַפּריל). זיי זענען ערשט קאָנצענטרירט געוואָרן אין אַ לאָקאַלן געטאָ, באַשטייענדיג פון דער שול און די אַרומיקע קהילה בנינים, וואוּ זיי זענען באַרויבט געוואָרן פון זייער לעצטן פאַרמעגן. עס זענען פאַרשפּרייט געוואָרן פּלאַקאַטן צווישן די נישט־יידישע איינוואוינער, וואָס האָבן געוואָרנט מיט טויט שטראָף פאַר יעדן וואָס פּרואווט העלפן אידן אַנטלויפן, און מיט אַרעסט פאַר יעדן וואָס נעמט אויף יידיש פאַרמעגן. נאָך עטליכע טעג, זענען זיי אַריבערגעפירט געוואָרן צום געטאָ פון סאַטאָראַליאַויהעליי, וואוּ אויך אַנדערע אידן פון דער געגנט זענען קאָנצענטרירט געוואָרן. פון דאָרט זענען זיי דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ דעם 25טן מיי. די איינוואוינער פונעם שטעטל האָבן צוגעקוקט גלייכגילטיק ווי מען האָט געפירט די אידן צו דער דעפּאָרטאַציע. אַ טאָג נאָך דער דעפּאָרטאַציע, איז אַלץ פון די אידן — קליידער, מעבל — אויפגעקליבן געוואָרן דורך דער לאָקאַלער צווייַג פונעם פייל־קרייץ און פאַרטיילט געוואָרן צווישן די איינוואוינער. זייערע הייזער זענען אויך פאַרנומען געוואָרן דורך קריסטן. ביים אַרויסגיין פון קערעסטיר, איז זיי נישט ערלויבט געוואָרן מיטצונעמען מער ווי אַ קליינע האַנט־טאַש. מען האָט געמאַכט אַ גרונטליכע זוכונג אויף יעדן וואָס איז אַריין אין געטאָ, און אַלץ וואָס מען האָט געפונען ביי זיי וואָס האָט געהאַט אַ ווערט, איז צוגענומען געוואָרן. די ענגשאַפט אין געטאָ איז געווען זייער גרוס, בערך 20–25 מענטשן אין איין צימער. די צאָל פון די פאַרשפּאַרטע אין געטאָ האָט דערגרייכט 15,000 מענטשן, און עס איז זיי געגעבן געוואָרן ווייניק עסן. די זשאַנדאַרמען האָבן אויסגעפרעגט די אידן, מיט תּקילות, כּדי אַרויסצופּרעסן פון זיי הודעות וועגן זייער באַהאַלטן ווערטפולע זאַכן. עטליכע זענען געשטאָרבן פון די תּקילות, און אַנדערע האָבן זיך גענומען דאָס לעבן. די אידן זענען דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ אין פיר טראַנספּאָרטן. די מערהייט פון די אידן פון קערעסטיר זענען געווען אין דעם דריטן טראַנספּאָרט, וואָס איז אַרויסגעפאָרן דעם 25טן מיי, מיט 4,000 מענטשן. זיי זענען אָנגעקומען קיין אוישוויץ ערב שבועות. פון די 700 וואָס זענען אַרויסגעפירט געוואָרן, זענען ווייניקער ווי הונדערט געבליבן לעבן. אַרום 25 ביז 40 זענען צוריקגעקומען נאָך דער מלחמה, מערסטנס די יונגערע.

נאכן חורבן

נאָך דער מלחמה, האָט די קהילה באַשטאַנען פון 37 איבערלעבער. זייער צאָל איז געוואַקסן צו 63 ביז 1949. אָבער, זיי האָבן זיך אַלע אַריבערגעצויגן אין גרעסערע קהילות אָדער עמיגרירט נאָך עטליכע יאָר. דאָס איז געווען טיילווייז צוליב דעם פיינטלעכן יחס פון דער לאָקאַלער באַפעלקערונג. די לעצטע אידן האָבן פאַרלאָזן דאָס אָרט נאָך דער אונגערישער רעוואָלוציע אין 1956. היינט גייען דאָרט ניט מער קיין אידן. די שול ווערט היינט גענוצט פאַר מאַגאַזין.

נאָטירבאַרע ערטער און אַטראַקציעס

ר' ישעילעס הויז: געפינט זיך ביי קאָסוט עוץ 65 אָדער 67. עס איז איבערגעבויט געוואָרן און ווערט היינט גענוצט פאַר רייזנדע. עס ציט אַ סך מענטשן יערלעך, ספּעציעל אויף זיין יאָרצייט. עס זענען צוגעשטעלט געוואָרן באַקוועמליכקייטן פאַר טוריסטן, ווי אַ באַדשטוב.

ר' ישעילעס קבר (דאָס אוהל): געפינט זיך אויפן שפּיץ פון דערעזלע בערגל. דאָס אויהל איז אַן אָרט פון פּילגרימאַזש. אַרום 600–800 מענטשן מאַכן די יערליכע רייזע צום יאָרצייט.

אידישער בית־עלמין: געגרינדעט אין 1767. עס ליגן דאָרט רבנים ווי דער ערשטער הויפּט־רב, ר' מנחם גרשון מאַנדל. אַן אַלטער קבר, מער ווי צוויי הונדערט יאָר אַלט, געפינט זיך דאָרט. פיל גלויבן אַז דאָרט ליגט ר' חיים בעל שם, און עטליכע גלויבן אַז עס איז דער בעל שם טוֹב אַליין.

אנדערע דענקמעלער און אַטראַקציעס: דער מלחמה קרבנות מעמאָריאַל־פּאַרק, דער חורבן מעמאָריאַל טאַבלאַט און מעמאָריאַל אָרט זענען נאָענט צום הויפּט גאַס פונעם דאָרף. אן אייגנאַרטיקע אַטראַקציע איז דער אונגערישער מאָטאָרבייק מוזיי. עס זענען אויך אַרומיקע בערג. דאָס שטעטל גרענעצט מיט טאָקיי, באַרימט פאַר וויין. די שטיין־שטיין ברוך איז נאָך אַלץ זעעדיק פונעם בית־עלמין און מע גלויבט אַז זי ווערט נאָך גענוצט.

נאָטירבאַרע מענטשן (אויסער די רבנים)

  • יחזקאל טויב, האָט געלעבט און איז באַגראָבן אין קערעסטיר. געקומען קיין קערעסטיר אין די 1800ער יאָרן. די טויב משפּחה האט באזיצט א שטיינברוך.
  • חיים בן חיים הכהן אונגאר, איז געווען א פארוואלטער אינעם שטיינברוך אין קערעסטיר. זיין טאכטער יוטא איז אדאפּטירט געווארן דורך ר' ישעי'לע[12].

היינטצייטיגער מצב

די גאסן זענען פארבעסערט געווארן, עס איז דא א באן סטאנציע, מער אויטאס און טעלעוויזיעס. אבער עס זענען נאך אלץ דא פיל קיען און פערד, און דאס שטעטל איז נאָך זייער קליין. די שול ווערט היינט גענוצט פאר מאגאזין. ר' ישעילעס הויז איז אביסל א טוריסטן־אטראקציע, ספּעציעל בעת זיין יארצייט. די מער פארמעגליכע אדער די וואס זוכן בילדונג האבן זיך אריבערגעצויגן אין די שטעט, אזוי אז פיל פון די לייט דארט זענען אָרעם אדער עלטער[5].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אויך ב’ קערסטיר, ב’ קריסטהיר, קרעסטיר, קרעסטור, קערעסטער, קראַסטיהר, קערסטור, קרעסטאהר. זעט בערל כהן, ספר הפרענומעראנטן, זז' 23 און 272.
  2. אפּצוטיילן פון פילע אנדערע שטעט מיט דעם נאמען קערעסטור.
  3. Detailed Gazetteer of Hungary, KSH code 30784.
  4. Laszlo Harsanyi / Randolph Braham, "Bodrogkeresztúr", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  5. 5.0 5.1 Sarah Gluck.
  6. פון 1840: באפעלקערונג צענזוסן פון אונגארישע אידן, 1993.
  7. 7.0 7.1 7.2 7.3 7.4 בודרוגקרסטור אין פנקס הקהילות הונגריה, עמ' 221–223.
  8. Religious Life in Keresztúr.
  9. Al Silberman.
  10. A little about Bodrogkeresztúr.
  11. "הבעל שם טוב מקערעסטיר - רבי חיים ב"ר יחיאל מיכאל זצוק"ל - נפטר בדר"ח חשון תקמ"ב לפ"ק", אשכול אויף אייוועלט.
  12. Stuart Ungar; Irene Boehm.