רוי:שטיינברוך
א שטיינברוך, (שטיינגרוב, שאַכט[1]; ענגליש: quarry, העברעאיש: מחצבה) איז אַן ארט וואו מען גראבט דימענסיע שטיין אדער אַגרעגאַט (זאַמד, גראוול, צעבראכענע שטיין). די פּראדוקטן פון ווערקשטיין שטיינברוכן זענען פּריזמאַטישע בלאָקס פון געשטיין ווי מאַרמאָר, גראַניט, קאַלך שטיין, זאַמדשטיין און שיפער. נאָך שניידן און פּאָלירן, ווערן די מאַטעריאַלן גענוצט אין דער ערשטיקער קאַנסטרוקציע פון בנינים און מאָנומענטן און אויך פאַר דעקאָראַטיווע פאַסאַדינג מאַטעריאַלן וואָס ווערן געווענדט צו דער אויסערליכער און אינעווייניגסטער זייט פון בנינים. דימענסיע שטיינער ווערן עקסטראַקטירט אויף א זייער סעלעקטיוון שטייגער, ניצנדיג צייט-פאַרברענגענדיגע און טייערע מעטאָדן צו באַפרייען די בלאָקס פון די אַרומיגע שטיין.
זאַמד, גראַוואַל און צעבראָכענע שטיין שטיינברוכן נוצן נאָרמאַלע אייבערפלאַך-מינינג טעקניקס. צעבראָכענע שטיין ווערט גענוצט פאַר בעטאָן אַגגרעגאַט, פאַר וועג-בויען, און, אין פאַל פון קאַלך שטיין, ווי פלאַקס אין בלאַסט אויוון און פאַר כעמישע אַפּליקאַציעס. די שטיינברוך טעכניק באַשטייט פון דרילן און בלאַסטן צו פראַגמענטירן דעם שטיין. אַ גרויסע צאָל טשאַרדזשעס ווערן געשאָסן אין איין מאָל, פּראָדוצירנדיג ביז 20,000 טאָן צעבראָכענע שטיין אין איין בלאַסט. דער צעבראָכענער שטיין ווערט צעבראָכן אין קלענערע שטיקלעך וואָס ווערן צעטיילט אין איינהייטליכע קלאַסן דורך זיפּן.