קרובות (אדער קרובץ) זענען פיוטים וואס ווערן געזאגט בעת חזרת הש"ץ. צומאל ווערן זיי אויך אנגערופן מיט'ן נאמען יוצרות א טיטל וואס איז אריגינעל געווען באשטימט פאר די פיוטים פון ברכת קריאת שמע.

דורכאויס די אנטוויקלונג תקופה פון פיוט, זענען פארפאסט געווארן צענדליגער קרובות-סעריעס צוגעפאסט צו באשטימטע שבתים אין ימים טובים, דאס מערסטע פון זיי דורך די פייטנים ייני און קליר. פון זיי זענען פארבליבן א צאל סעריעס פון קליר וואס זענען פארבליבן אין די מחזורים ביזן היינטיגן טאג, בעיקר אויף די ימים נוראים, שלש רגלים און ארבע פרשיות. דאס טוישן די נוסח פון שמו"ע אדער מפסיק זיין אינדערמיט צו זאגן פיוטים האט מעורר געווען הלכה'דיגע חילוקי דיעות, און זענען איז פארהאן פארשידענע מנהגים דערין.


היסטאריע

די אנטוויקלונג פון די קרובות סעריעס, גייט צוריק צום תקופה פון די ערשטע דור פייטנים, וואס איז נישט פארהאן ביז היינט צופיל אינפארמאציע דערוועגן. טייל ראשונים שרייבן אויף רבי אלעזר הקליר אז ער איז געווען פון די תנאים. אנדערע שיטות זענען אז ער איז געווען בזמן פון די רבנן סבוראי אדער אנהייב פון די גאונים. אין די גניזה פון קאהיר האט מען געטראפן פילע קרובת-סעריעס פון ייני און דער קליר וואס זענען נישט באקאנט געווען ביז דאן. די פיוטים פון ייני זענען בעיקר געווען אויף די קריאת התורה פון די פרשה, לויט דעם דריי-יעריגן מחזור וואס איז געווען איינגעפירט אין ארץ ישראל, ווידעראום קליר'ס איז געווען בעיקר אויך ספעציעלע שבתים און ימים טובים, אריינגערעכנט חנוכה, פורים, און פאר א חתן.

דער נאמען קרובות שטאמט ווארשיינליך אויפ'ן נאמען פונעם שליח ציבור, וואס מ'האט גערופן אין ארץ ישראל שפראך "קרוב"[1][2]. דער טור באצייכנט דאס אלס "קרובץ" אין אזוי געפינט מען אויך די ספרים פון מהנגי אשכנז, די אחרונים געבן אן דערויף אז דאס איז ראשי תיבות קול רנה וישועה באהלי צדיקים[3]. די פיוטים-סעריע זענען פארפאסט געווארן אין די ארץ ישראל, ווי עס שטארט ארויס פון די נוסח התפילה און די מנהגים. און איז געווען געאייגנט צו זאגן דורכ'ן בעל תפילה, אלס ערזאץ צום אלגעמיינעם נוסח פון די הויכע שמונה עשרה. דער בעל תפילה האט געהאט די געלעגנהייט צו אויסוועלן זיין אייגענעם נוסח התפילה.

אין די תקופות הגאונים איז געווען א מחלוקת צווישן די גאונים איבער אויפטוישן דעם אלגעמיינעם נוסח אויף די פיוטים, און אזוי אויך אין די שפעטערדיגע תקופות ווען מען האט אלעמאל געזאגט דעם באשטימטן נוסח די פיוטים האבן געדינט אלס צוגאב, איז אויך פארהאן חילוקי דיעות צי דאס הייסט א הפסק. ווי עס איז משמע פון די לשון פון פון די ראשונים האט אין זייער צייט בלויז דער בעל תפילה געזאגט די פיוטים און דער ציבור האט צוגעהערט, שפעטער איז געווארן איינגעפירט אז יעדער זאגט דאס, און דער בעל תפילה לאזט אויס מיט א נוסח.


קרובות סעריעס

די קרובות זענען געווען א גאנצע סעריע פון פיוטים צו זאגן ביי די ברכות פון חזרת הש"ץ, און איז אייגנעטיילט בעיקר אין צוויי סארטן. איינס איז געווען א סעריע פון קורצע פיוטים צו זאגן ביי יעדן ברכה - א שטייגער ווי די מוסף פאר שבת שקלים און החודש, אדער די קרובץ לפורים. דאס ווערט גערופן לויט וויפיל ברכות עס איז דא אין שמו"ע; שבעתא אדער שמונה עשרה. דערנאך איז דא די קדושתא א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס אנטהאלט א סיסטעם פון פיוטים אויף די ערשטע דריי ברכות פון שמונה-עשרה, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה, באזירט אויפ'ן מנהג אין ארץ ישראל צו זאגן קדושה, בלויז ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית אום שבת און יום טוב[4]. ווי אויך זעננען פארהאן די סליחות און קינות סעריעס וואס זענען געווען אויך א טייל פון א קרובות סעריע אויפ'ן גאנצן שמו"ע, און בלויז ביי די ברכות פון סלח לנו אדער בונה ירושלים האט זיך עס פארצויגן צו א לענגערע סעריע פון צענדליגער פיוטים.

קדושתא

די קדושתא סעריע איז א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס הייבט זיך אן מיט איין פיוטים אויפ'ן ערשטער ברכה, און דערנאך נאך איינס אויפ'ן צווייטן ברכה, דאן ווערט עס פארברייטערט מיט מערערע סארטן פיוטים, און פלעגט זיך אריינציען ביז דורכאויס די פסוקים פון קדושה. עס איז פארהאן א מוסטער וויאזוי די סעריע זענען אין אלגעמיין אויסגשטעלט, און א מערהייט פון די קדושתאות האלטן זיך דערצו. דאס מערסט באקאנטע קדושתאות זענען די פון קליר וואס זענען פארבליבן אינעם אשכנז'ישן סידור, ביי שחרית פון די ארבע פרשיות און ימים טובים, און אויך פון די ימים נוראים. ביי די יום טוב שני של גליות וואס איז נישטא פון קליר האט רבי שמעון הגדול פון מאגענצא פארפאסט קדושתאות אויפ'ן זעלבן שטייגער.

אנדערש ווי ביי די שבעתא'ס פארמאגט נישט די קדושתא איין פסוק וואס פלעכט צונויף דעם גאנצן סעריע, אבער די נושא וואס דער פיוט רעדט ארום איז יא איינהייטליך דורכאויס דעם גאנצן סעריע. אין די כתבי יד פון די קרובות טרעפט מען אז זיי האבן אויסגעפירט מיט פסוקים, ווי עס שיינט איז דאס דעמאלטס געווען דער ערשיינונג ביי שלוחי ציבור, א מנהג וואס ווערט דערמאנט און אויסגעשלאסן אין ירושלמי. אין די מחזורים זענען די פסוקים עפ"י רוב אויסגעלאזט געווארן, ווי אויך איז צוגעלייגט געווארן נאך א בית אדער צוויי דורך א שפעטעריגער מחבר, צו ערגענצן דעם פיוט און אים משלב זיין מיט די אויספיר פון דער ברכה.

דער סעריע פון קדושתא האט געהאט א באשטימטע סיסטעם פון פיוטים, וואס ווערט אנגעהאלטן אין מערסטנס פון די קדושתאות, די פיוטים זענען ווי פאלגנד:
די ערשטע דריי פיוטים זענען אפט מאל פארבינדן איינער מיט'ן אנדערן, סיי מיט די אקראסטיך וואס האט צומאל צוטיילט די א"ב צווישן אלע דריי פיוטים (א-ל, מ-צ, צ-ת), אדער איז דער ערשטער לויט א"ב, דער צווייטער תשר"ק דערנאך אלב"ם צומאל איז די א"ב צעטיילט צווישן די ערשטע צוויי (א-ל, מ-ת), און דער נאכפאלגנדער איז תשר"ק. ווי אויך זענען די נושאים אפט מאל פארבינדן, צ.ב. דער ערשטער פיוט באזציט זיך דעם ערשטן פיוט פון די קריאה, דער צווייטער פון דעם צווייטן פסוק אא"וו, אדער אז זיי זענען באזירט דער ערשטער אויף אברהם, צווייטער אויף יצחק, און דריטער פון יעקב.
די דריי ווערן אנגערופן:
א. מגן - געזאגט ביי די ערשטע ברכה פון מגן אברהם.
ב. מחיה - געזאגט ביי די צווייטע ברכה פון מחיה המתים.
ג. משלש - דער ערשטער פיוט פון דער דריטער ברכה פון הא-ל הקדוש.
דער אויספיר פון דעם משלש פיוט איז אלעמאל מיט'ן פסוק "ימלוך ה' לעולם"[5], אדער "ואתה קדוש יושב תהילות ישראל"[6]. שפעטער איז געווארן איינגעפירט צו זאגן אלעמאל ביידע פסוקים. און צוגעלייגט די ווערטער "א-ל נא" וואס איז געווען דער אנהייב פונעם נאכפאלגנדן פיוט.
דאס האט אריינגעפירט צום לענגערן סעריע וואס האט געדינט אלס אריינפיר צו דאס זאגן קדושה.
ד. דער פיוט נאכ'ן משלש איז פון אן אנדער סארט ווי געווענליך, דאס געבוי איז צעשטרויבלט, מיט אומפינקטליכע שורות, און אלע ווערטער פונעם גאנצן פיוט זענען אויפ'ן זעלבן גראם. דער פיוט ענדיגט זיך מיט די ווערטער "קדוש", "נורא וקדוש" אדער "נורא ומרום וקדוש", וואס איז דורכאויס די דורות באשטימט געווארן אויף "חי וקים נורא ומרום וקדוש". אין די קדושתאות פון ימים נוראים פעלט דער פערטער פיוט[7], לויט געוויסע מנהגים זאגט מען אנשטאט דעם דער פיוט "אתה הוא אלקינו".
ה. דער פיפטער פיוט, קען זיין פארשידנארטיג, ייני פלעגט אריינשטעלן אן עשיריה, א פיוט וואס דער אקראסטיך לויפט פון אות א' ביז י'[8]. ווידעראום רבי אלעזר הקליר פלעגט געווענליך לייגן א קיקלר געבוי, בתים פון דריי סטראפעס איטליכער, און נאך יעדע דריי בתים קומט א פזמון, אדער א רהיט. אלס אויספיר צו דעם פיוט זאגט מען דעם פארצייטישן תפילה פון "א-ל נא לעולם תוערץ".
ו. דינט אלס אריינפיר צום סילוק, און פלעגט ביי רוב פארצייטישע פיוטים זיין מיט א צאמגענומענער און מסודר'דיגער פיוט. ביים קליר איז דאס עפ"י רוב געווען מיט א פזמון, בתים פון דריי שורות, און דערנאך א פזמון וואס פירט אויס מיט'ן ווארט "קדוש" (דאס איז בעצם די שטיקלעך וואס ווערט היינט געזאגט "חזן וקהל" בעפאר דעם פיוט, וויבאלד מיט די יארן האט מען אויפגעהערט מיט די צייט צו זאגן דעם פזמון אינצווישן די בתים, און מען זאגט עס נאר אנהייב אין סוף), אדער אן עסתריוטא - בתים פון צוויי שורות גראמען, און דערנאך א דריטער גראם וואס ענדיגט זיך מיט "קדוש".
ז. רהיט - אן אריינפיר צו קדושה, און רעדט געווענליך איבער די מעלה פון די מלאכים און די גרויסקייט פון די אידן איבער זיי. זיי הייבן זיך מיטן ווארט "ובכן". אפטמאל ווערט דער רהיט זיך אנהייבן מיט א פסוק (צום ביישפיל; "ובכן ויהי בשלם סוכו") און דער פייטן וועט דרש'ענען דעם גאנצן פסוק אין די רייע. אין געוויסע קדושתאות זענען די רהיטים אויסגעלאזט געווארן מיט די יארן, אבער אין די קאיר גניזה זעט מען אז זיי האבן עקזיסטירט.
ח. סילוק - דער אויספיר ווער פירט אריין צו די פסוקים פון "קדושה", ביי קליר אןו זיינע נאכפאלגער איז דאס דער לענגסטער פיוט פון אלע, און איז בכלל נישט געבויט מיט קיין ריטם פון א ליד. דער סילוק פלעגט דינען אלס אריינפיר צו די פסוקים פון "קדוש" און ברוך", אנשטאט די באשטימטע נוסח פון "כתר יתנו לך" אדער "נעריצך", דער חזן האט געזאגט דעם אריינפיר, און דער גאנצער קהל האט געענפערט צו אים מיט די פסוקים פון "קדוש" "ברוך" און ימלוך".
ט. דער סילוק האט זיך אריגינעל אריינגעצויגן אויך צווישן די פסוקים זעלבסט, אלס א פארברייטערטער אלטערנאטיוו צו די אלגעמיינע נוסח ("אז בקול רעש גדול" אדער "כבודו מלא עולם). אין די מאנוסקריפטן פון דער גניזה ווערן זיי אנגערופן אופנים. דער טייל פון די פיוטים זענען אבער מיט די צייט כמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן, סיידן אין די קדושתאות פון ימים נוראים וואו עס איז פארבליבן דער פיוט "וחיות בוערות כגחלי אש".

שבעתא

דער צווייטער סארט איז די וואס לויפן אויף אלע ברכות פון שמונה עשרה אייניג, די שבעתא איז א סעריע קורצע פיוטים אויף יעדן פון די זיבן ברכות פון די שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע דאווענען, וואס מען זאגט נישט קיין קדושה דערביי. צומאל האט עס אויך געקענט פארברייטערן מיט לענגערע פיוטים ביי טייל ברכות. דערפון איז פארבליבן פארשפרייט דער מוסף לפרשת שקלים און מוסף לפרשת החודש. די סעריעס זענען אפט מאל צונויפגעפלאכטן מיט איינס אדער מערערע פסוקים וואס זענען איינגעטיילט לויט די רייע פון די ברכות, יעדעס ווארט אויף אן אנדער ברכה. אוטיך האט דאס געקענט פארמאגן אן ענליכן אויספיר ביי יעדן פון די ברכות מיט צופאסונגען צום ענין פון דעם ברכה.

לויט טייל פארשער איז דער תפילה פון ישמח משה במתנת חלקו - וואס עפנט דעם צענטראלן טייל פון די שבת'דיגע שמונה-עשרה ביי שחרית - א טייל פון א "שבעתא" וואס איז אויסגעשטעלט לויט די סדר פון אלף-בית, און פארמאגט די אותיות יוד, כף און למד, נאך וואס די שטיקל פאר יעדן ברכה באשטייט פון דריי אותיות[א][9].

שמונה עשרה

פון דעם איז פארבליבן דעם קרובץ לפורים פון רבי אלעזר הקליר, וואס לויפט איינגעטיילט אויף אלע אכצן ברכות פון שמונה עשרה, אויסער "את צמח דוד" וואס איז געווען לויט דער נוסח ארץ ישראל צוזאמגעשטעלט מיט "בונה ירושלים".

קדושת י"ח

איז געווען געווידמעט פאר די תפילת שמונה-עשרה אין ספעציעלע טעג פון יאר וואס מען האט יא געזאגט דערביי "קדושה", א שטייגער ווי חנוכה[10], חול המועד און ראש חודש. דער ערשטער טייל פונעם געבוי פון די קדושתות י"ח זענען ענליך צו די פון די "קדושתא" נאר אויף א קורצערן פארמאט, און נאך "קדושה" איז דאס געבוי פונקט ווי אין די "שבעתא".

סליחות און קינות

אריגינעל זענען סליחות און קינות אויך געווען טייל פון די "קרובות" סעריע פאר די שמונה-עשרה. אין א פאסט-טאג פלעגט מען מאריך זיין מיט מערערע פיוטים ביי די ברכה פון "סלח לנו" - "סליחות", און ביי די קרובות פון תשעה באב פלעגט מען מאריך זיין ביי די ברכה פון "בונה ירושלים". אין די שפעטערע תקופות איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה. און אזוי פירט מען זיך היינט אין רוב פלעצער.

  סליחות
  קינות



ביאורים

  1. די גירסא לויט זיי איז: ישמח משה במתנת חלקו כי עבד נאמן קראת לו / כליל תפארת בראשו נתת לו בעמדו לפניך על הר סיני / לוחות אבנים הוריד בידו וכתוב בהן שמירת שבת

רעפערענצן

  1. ירושלמי ברכות א, ה; זעט אויך כל בו, סימן יא.
  2. לויפער, הערה 2.
  3. ב"ח.
  4. געברענגט אין תוספות סנהדריין, לז: ד"ה מכנף, אין נאמען פון תשובת הגאונים.
  5. תהילים קמו, י.
  6. תהילים כב, ד.
  7. זע רוקח, הל' ראש השנה, סימן ר, און נאך.
  8. זע עזרא פליישר, שירת הקודש העברית בימי הביניים, ירושלים 1975, זייט 146.
  9. מנחם זולאי; זעט אויספירליך ישמח משה – ברכה או פיוט?, אויף אתר הפיוט והתפילה.
  10. זעט מסכת סופרים, כ, ה.

רעפערענצן