אבא גלוסקער
אברהם אבא גלוסק (הלוסק; צווייטער העלפט פונעם 18טן יארהונדערט) איז געווען א השכלה-פּיאנער און פריידענקער, תלמוד פון משה מענדלסאן. ער איז אויך געשטעלט געווארן אויפ'ן קונע פונעם ווילנער שול, און פארשיקט געווארן פון שטאט מיט שאנדע.
ביאגראפיע
לויט איין מיינונג, איז ער געבוירן געווארן אין גלוסק אין לובלינער וואיעוואדעשאפט[1], און לויט אַן אנדערער, אין שטעטל וואס טראגט דעם זעלבן נאמען אין דער פּראווינץ פון מינסק.
גלוסק, וועלכער האט זיך ערווארבן א ברייטער קענטעניס פון פילאזאפיע און וועלטליכע בילדונג, האט פארלאזט זיין געבורט לאנד צו זוכן פרייע אידעען. נאך א לאנגער צייט, וואס ער האט ארומגעוואנדערט פון שטאט צו שטאט, האט ער דערגרייכט בערלין, וואו ער האט באגעגנט משה מענדלסאן. ער איז אבער גע'רודפ'ט געווארן דורך די לאקאלע ארטאדאקסישע קרייזן און דער הויפט פון דער בערלינער געמיינדע האט געבעטן ביי די אויטאריטעטן אים ארויסצואווארפן פון שטאט מיטן אויסרייד אז ער האט נישט קיין וואוינרעכט. מענדלסאן, אבער, וועלכער האט געהאלטן גלוסק פאר א טיפער דענקער, האט אים ערמעגליכט צו בלייבן.
לויט מאיר לעטעריס האט רבי יעקב עמדין, אין איינע פון זיינע בריוון צו מענדלסאן, מרמז געווען אויף גלוסק שרייבנדיג: "שמעתי על מעלתו כי הוא מגדל כלב רע בתוך ביתו". לעטעריס ציטירט אויך א פּאַראָדיע, וואס אבא זאל האבן אימפּראָוויזירט ווען ער איז אראפּגעווארפן געווארן די טרעפּ דורך יעב"ץ אין אַלטאָנע[2].
גלוסק, נאכן הערן וועגן ווילנער גאון אז ער איז נישט נאר גרויס אין לערנען נאר אויך אין די וועלטליכע חכמות, איז געגאנגען אים באזוכן. בעת'ן שמועס האט זיך ארויסגעכאפט ביים אורח א פראזע, אז דער גרויסער מפרש רש"י פלעגט נישט שטענדיג אויסטייטשן דעם פסוק לויטן פשט און אויך די בעלי-המדרש זענען נישט אויסן געווען אויסצוטייטשן לויטן דקדוק. איז דער גאון געווארן א פארציטערטער אז ער האט געהערט אזא אפיקורסות, און האט תיכף אפגעהאקט דעם שמועס. וואס עס האט ווייטער פאסירט, דערציילט אבא הלוסק אין זיין בריוו צו מענדלסאנען:
- "איך בין אוועק אין מיין אכסניא. אבער איידער איך בין געקומען צו מיין רו, האבן זיך שוין געפעדערט צוויי מלאכי חבלה און האבן מיך גערופן צו קומען צו די פרנסים פון שטאט און זייער בית-דין... בין איך געגאנגען און געשטעלט זיך פאר זיי. זענען פאר מיר געזעסן זיבן זקנים אנגעטון אין טלית און תפילין. האט איין זקן זיך אויפגעשטעלט פאר מיר און געזאגט: דו ביסט דאס יענער, וואס דו האסט מחרף ומגדף געווען אויף די חכמי המדרש ז"ל און אויף די רייד פון רש"י ז"ל? האָב איך געענטפערט: איך האב נישט מחרף ומגדף געווען. זאגט ער צו מיר: און וואס האסטו געזאגט דעם גאון? דעמאלט האב איך געזאגט, אז זיי טייטשן נישט איין אויפן דרך הפשט. האט דער אלטער א מאך געטון מיט דער האנט, און די צוויי מחבלים האבן מיך גענומען און ארויס געפירט אין דרויסן... און דער זקן איז אויפגעשטאנען און האט מיר פארגעליינט דאס קוויטל פון בית-דין, אז איך מוז קריגן פערציג מלקות, ווי עס איז דער דין פון דעם וואס איז מבזה תלמידי חכמים. און די צוויי מלאכי חבלה האבן מיך געשלאגן טאקע די דאזיגע קלעפּ. נאר דערמיט האט זיך זייער כעס נישט איינגעשטילט, נייערט זיי האבן מיך געבראכט פארן אריינגאנג פון שול און האבן אריינגעטון מיין האלז אין אן אייזערנער קייט, וואס איז געווען איינגעפעסטיגט אין וואנט פון שול (דאס איז די קונע), איך זאל שטיין אזוי פארן עולם, און איבער מיין קאפּ האבן זיי צוגעקלעפּט א פּאפּיר, וואו עס איז געווען אנגעשריבן, אז דער דאזיגער מענטש ווערט באשטראפט, ווייל ער האט געשפּעט איבער די רי רייד פון אונזערע הייליגע חכמים. און איטליכער ווער עס איז געקומען דאוונען מנחה האט מיך גערופן: פושע ישראל!, און מען האט מיר קיין שפיי אין פנים נישט געזשאלעוועט, און פון דעם וואס מען האט מיר אנגעשפיגן אין פנים איז געווארן כמעט א טייכל ווי דער ירדן. דו ווייסט דאך, אז ווילנע איז נישט ווי בערלין, וואָרום אין ווילנע קומט א גרויסער עולם אין דער צייט פון דאוונען. אז מען האט געענדיגט דאוונען מנחה, האט מען מיך ארויסגעפירט אויסערן שטאט און געהייסן גיין"[3].
לויט געוויסע באריכטן זענען זיינע דרייצן חיבורים, וועלכע זענען געווען גרייט צו ארויסגעבן, אויך פארברענט געווארן אויפן הויף פונעם ווילנער שול. ווארשיינליך וואלט ער אליין אויך שלעכט אפגעקומען ווען נישט א רב, מעגליך דער גאון, איז אים געקומען צו הילף[4]. גלוסק איז שפעטער געפארן קיין דייטשלאנד, האלאנד, פראנקרייך און ענגלאנד איידער ער איז צוריק אהיים. זיין נאכפאלגנדן שיקזאל איז אומבאקאנט. דער דייטשער פּאעט אַדעלבערט פון שאַמיסאָ (Chamisso) האט געשריבן א ליד געווידמעט צו גלוסק (1832).
ביבליאגראפיע
- "מחשבות חרוץ: לקורות השכלת היהודים ברוססלאנד", ירחון הכרמל 5 (שבט תרל"ב), 234-244 – העברעאישע איבערזעצונג פון Chamisso'ס פאעמע
- שמעון יהודה סטאַניסלאַווסקי, אין: וואָשאָד, 12 (1887), 122-8 (רוסיש)
- א. קאהוט, מענדלסאן און זיין פאמיליע (1886), 51-53 (דייטש)
רעפערענצן
- ↑ אנאנימער שרייבער אין הכרמל 9 (סיון תרל"ב), זייט 462.
- ↑ מאיר לעטעריס, הצופה להמגיד, המגיד, שנה כא, נו' 7, פעברואר 14, 1877.
- ↑ עליות אליהו, ווילנע, תרל"ד, עמ' 47—50, אין דער אנמערקונג פון ר' יעקב צבי פון מעקלענבורג. דער משכיל וואס איז באשטראפט געווארן נישט געווען שלמה מיימון, ווי מען האט געמיינט על-פי טעות, נאר אבא הלוסק.
- ↑ שאמיסא'ס ליד; און לויט עדות פון יהושע זעליג זאלקינד וואס ער האט געזען אלס קינד; ביידע געברענגט אין הכרמל תרל"ב נו' 5.