חיים משה שטויבער

פון המכלול
ווערסיע פון 01:10, 22 יולי 2024 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (שווערמער האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:חיים משה שטויבער צו חיים משה שטויבער אן לאזן א ווייטערפירונג: רייף)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חיים משה שטויבער
ביים אויפטרעטן ביי דינער פון כולל שומרי החומות
ביים אויפטרעטן ביי דינער פון כולל שומרי החומות
געבורט 1941
כ"א כסליו תש"ב
קארלסבורג
פטירה 2020 (אלט: 79 בערך)
י' אייר תש"פ

חיים משה שטויבער (אדער שטאובער; תש"ב–תש"פ) איז געווען א כלל-טוער, עסקן, און ווארטזאגער פאר סאטמאר אין אמעריקע.

ביאגראפיע

זכרונות - פון רבנו הקדוש מסאטמאר (רבי יואל טייטלבוים זי"ע, ערשטער טייל, באשריבן פון חיים משה שטאובער, ניו יארק תש"מ

חיים משה איז געבוירן אין קארסלבורג אום כ"א כסליו תש"ב, צו רבי יחזקאל מנחם שטויבער, שו"ב אין קארלסבורג, אראד, צפת, און אנטווערפן. אלס בחור האט חיים משה צוערשט געלערנט אין לאנדאן ביי רבי אליקים שלעזינגער, דערנאך אין קאפעלן, שווייץ ביי רבי יצחק דוב קאפלמאן, און אין יאר תשי"ח איז ער געקומען פון אנטווערפן אויף אמעריקא לערנען אין ישיבה פון סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, וועמען ער האט משמש געווען א שטיק צייט אלס הויז בחור[1]. אין תשכ"ב האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי צבי אביגדור פעקעטע, נאנאשער רבי פון וויליאמסבורג.

נאך זיין חתונה האט ער געדינט אלס אדמיניסטראטער פון בית יעקב אין וויליאמסבורג. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס רעדאקטער פון צייטונג דער איד און ער האט אויסגעגעבן עטליכע יאר א טעגליכער צייטונג אויף ענגליש "the World Jewish Tribune".

א שטיקל תקופה איז ער געווען א בדחן אויף חתונות, אזוי ווי זיין פאטער און אנדערע געשוויסטער. אין תשס"ז האט ער געליטן פון א סטראוק[2], און ער איז נפטר געווארן י' אייר תש"פ.

עסקנות

The Satmar Rebbe: The Life and Times of Rav Yoel Teitelbaum zt"l, A close talmid's personal recollections, : Feldheim Pub, 2011

אין די פריע יארן פון סאטמאר אין אמעריקע, איז שטויבער געווען פון די פירנדע עסקנים און כלל-טוער, און פאר איבער צוויי צענדליג-יארן האט ער געדינט אלס סאטמארער רבי'ס רעכטע האנט[3]. ער האט אנגעקניפט קשרים מיט פאליטישע באאמטע, און האט אויסגעפירט פילצאליגע שתדלנות מיסיעס, אויפ'ן אויפטראג פון סאטמאר רבי'ן[2][4].

ער פלעגט אויפטרעטן ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אריינגערעכנט רעדעס אויף ענגליש פאר די פרעסע ביי דעמאנסטראציעס קעגן מדינת ישראל אנגעפירט דורך סאטמארער חסידים. און האט געדינט אלס ווארטזאגער אריינצושטעלן אפיציעלע לייט-ארטיקלען אין אלגעמיינע צייטונגען אין נאמען פון סאטמאר[5][6].

ער איז געווען פון די גרינדער פונעםיד לאחים אפיס אין אמעריקא, א פירנדער מיטגליד אין דער רב טוב ארגאנאזיציע פאר אידישע פלטים איבער דער וועלט, ער האט געדינט אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג (יו-דזשעי-או), ער איז געווען א חבר הנהלה אין כולל שומרי החומות, און קרן הצלה, גרינדער און פירער פון איחוד עולמי של היהדות החרדית[7] פאר מלחמה איבערלעבער. ווי אויך האט ער רעפרעזענטירט דעם התאחדות הרבנים[8][9].

אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקוה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, וועלכע ווערט באצייכנט אלס דורכברוך ביים חסיד'ישן אידנטום[10][11], באקעמפט דאס אויפשטעלן א רעסייקלונג פלענט אין וויליאמסבורג געגנט[12][13], און גע'שתדל'ט אויפצובויען די בעדפארד גארדענס הייזער, ווי אויך נאך פילע לייסטונגען לטובת הכלל והפרט[2].

און אין יאר תשל"ב איז ער אויפגענומען געווארן אלס רעדאקטער פון צייטונג דער איד[14], אונטער אים איז עס שטארק ארויפגעארבעט געווארן, און האט אנגעהויבן ארויסקומען אויף א וועכנטליכער פארנעם, און באשרייבן וועלטליכע נייעס. ער האט געשריבן עדיטאריעלס אונטערן פסעוודאנם "שמחה בוימל" (אקראנים פאר: ה'רב ח'יים מ'שה ש'טויבער ב'ן י'חזקאל מ'נחם ו'ל'אה), און נאך נעמען געוואנדן לויט דער אייגנשפאט פונעם ארטיקל. אין יאר תשל"ח האט ער אויפגעגעבן די פאזיציע צוליב דרוק פאר'ן שרייבן זאכן וואס האט נישט געשמעקט פאר טייל סאטמארע חסידים[מקור פארלאנגט], דאן האט ער אויסגעגעבן עטליכע יאר א טעגליכער צייטונג אויף ענגליש "The world Jewish tribune", וואס האט זיך אויך פארמאכט נאך עטליכע יאר, נאך טענות אז ער איז נישט גענוג שארף אנטקעגן ציוניזם[2][15]. שפעטער האט ער צוריקגענומען די פאזיציע פון יאר תשנ"ד ביז תש"ס[מקור פארלאנגט].

ווערק

קינדער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

קאַטעגאָריע:סאטמארער חסידים קאַטעגאָריע:עסקנים