רוי:רבי ברוך האגער

פון המכלול
ווערסיע פון 22:11, 27 יוני 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קאסאוו" ב־"קאסוב")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ברוך האגער זצ"ל (ה'תר"ה - כ' כסלו ה'תרנ"ג), איז געווען דער צווייטער וויזשניצער רבי. ער איז באקאנט מיטן נאמען אמרי ברוך.

אפשטאם

רבי ברוך'ל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ה, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, דער "צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסוב, דער "תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסוב, דער "אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון דעם הייליגן רוזשינער. ער האט געלערנט ביי זיינע זיידעס, דער תורת חיים און דער רוזשינער.[1]

רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי ברוך'ל געזעצן אין געלערנט פלייסיג און געדינט דעם אייבערשטן מיט הייליקייט, אלעס אויף זייער א באהאלטענעם וועג. נאך זיין פאטער'ס פטירה ערב ראש חודש חשוון ה'תרמ"ה האט מען אויפגענומען רבי ברוך'ל אלס רבי אין וויזשניץ, ער האט ווייטער זיך געפירט מיט זיין באהאלטענעם שטייגער און ער האט נישט געזאגט קיין דברי תורה ביים טיש, ווען מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער זאגט נישט קיין דברי תורה האט ער געזאגט "תורה זאגין איז גישט קיין קונץ, דער עיקר איז צו זאגין אז יעדער זאל פארשטיין און זאל וויסן אז מ'מיינט איהם אין מ'זאל טאקע יעדעם מיינין".

הסתלקות

רבי ברוך'ל איז נפטר געווארן ערב שבת כ' כסלו ה'תרנ"ג.

פאמיליע

רבי ברוך'ל האט געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ. זייערע קינדער:

זיינע ספרים

  • אמרי ברוך

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • אבן שתיה
  1. שבת בשבתו 826, פ' וישב תשע"א
  2. מילי דבי כנישתא, עמ' ד
פריערדיגער:
מנחם מענדיל האגער
"צמח צדיק"
וויזשניצער רבי
תרמ"ה - תרנ"ג
"אמרי ברוך"
נאָכפאלגער:
ישראל האגער
"אהבת ישראל"

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!