רוי:אייזיק האניג

פון המכלול
ווערסיע פון 21:00, 24 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[סאטמאר|" ב־"[[סאטמאר (חסידות)|")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יצחק אייזיק האניג איז א חסידישער זינגער און א גראמער וואס וואוינט אין אמעריקע.

דער ערשטער אלבום וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך ר' אייזיק איז "שבת טיש" אן אלבום וואס אנטהאלט אין זיך פארצייטישע חסידישע ניגונים. א קורצע צייט דערנאך איז ארויסגעקומען זיין צווייטער אלבום, "אדון הכל". אין יאר ה'תשס"ה, האט ר' אייזיק ארויסגעגעבן דעם דריטן אלבום "בהר המוריה" וואס האט געהאט אן אויסגעוויינליכע ערפאלג, באזונדער א דאנק צום ליד "א אידעלע" - א ליד וואס שילדערט אין זיך די גייסטישע שוועריגקייטן פון א איד. דאס ליד רעכנט זיך אלס איינער פון זיינע געלונגענסטע לידער, און אפטמאל זינגט ער עס ביי פארזאמעלונגען, בר מצווה'ס און חתונות וואו ער ווערט איינגעלאדנט צו.

ר' אייזיק געהערט צום סאטמארער חסידות, און ער דינט אויכעט אלס חתונות זינגער און א גראמער פון דער חסידישער געמיינדע אין אמעריקע. ער איז זייער מקפיד און גיט אכט נישט צו קאנווערטירן גוי'שע ניגונים און ארויפלייגן אידישע ווערטער דערויף, און צו זינגען בלויז אטענטישע חסידישע ניגונים וועלכע זענען קאמפאזירט געווארן דורך חרדישע קאמפאזיטארס.

אין יאר ה'תשע"ג איז ר' אייזיק ווידערמאל ארויסגעקומען מיט א נייעם אלבום - "על ההרים" וואס איז געווען גאר א געלונגענער, און וואס איז פארקויפט געווארן אין מער ווי 20,000 קאפיס.

P music.svg דער ארטיקל בנוגע מוזיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!