רוי:רבי יהושע שפירא

פון המכלול
ווערסיע פון 07:53, 21 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏זיינע ספרים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יהושע שפירא זצ"ל (י' סיון ה'תרכ"ב - י"ב אדר א' ה'תרצ"ב), רב אין ריבאטוטש.

אפשטאם

רבי יהושע'לי איז געבוירן י' סיון ה'תרכ"ב, צו זיין פאטער הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בלאזשאוו, א זון פון הרב רבי דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער הרב רבי משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו.

רבנות

פון זיין יוגנט האט מען שוין געזען אויף רבי יהושע'לי זיין הייליגן געפירעכטס, און זיין פלייסיקן לערנען, וואו ער פעלגט נישט פארברענגן קיין איבריגע מינוט. רבי יהושע'לי האט נאך אריינגעכאפט צו לערנען יונגערהייט פון זיין זיידן דער ראזוואדאווער רב, אויך געפינט מען א תשובה פון זיין עלטער זיידן דער ייטב לב צו אים.

רבי יהושע'לי איז געווען רב אין ריבאטוטש און אין יאר ה'תרמ"ה האט מעו אים אויפגענומען אלס יונגער רב אין בלאזשאוו, נאך דעם ערשטן וועלט קריג האט רבי יהושע'לי זיך באזעצט אין ריישא, און מיט דעם איינשטימונג פון זיין פאטער האט ער אנגעהויבן פראוון דארט רעביסטעווע.

הסתלקות

רבי יהושע איז נפאר געווארן י"ב אדר א' ה'תרצ"ב.

פאמיליע

רבי יהושע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת מרים, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס שוועסטער) הרב מנחם מענדל מארילעס רב אין דובעצק און ראפשיץ, זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי יהושע געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון הרב יעקב דאכנער, פון דעלאטין, אן איינקל פון בעש"ט, דער זלאטשאווער מגיד און רבי פנחס קאריצער. זייערע קינדער:

זיינע ספרים

  • קרן ישועה - על התורה ומועדים, אויף דעם סדר פון די חדשים. ארויסגעגעבן דורך זיין זון רבי מאיר, בילגוריי ה'תרצ"ח.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • תולדות יהושע, אהרן סורסקי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!