רוי:רבי אריה לעווין

ווערסיע פון 19:51, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[יוסף שלום אלישיב" ב־"[[רבי יוסף שלום אלישיב")
רבי אריה לעווין
געבורט ו' ניסן ה'תרמ"ה
טויט ט' ניסן ה'תשכ"ט (אלט: 84)
מצבה פון הרב אריה לעווין מיט רביצן ציפורה חנה לעווין אידשע בית עולם פון סנהדריה

הרב אריה לעווין (ו' ניסן ה'תרמ"ה - ט' ניסן ה'תשכ"ט; 22סטן מערץ 1885 - 28סטן מערץ 1969) איז געווען א רב אין ירושלים און משגיח אין דער עץ חיים חדר. ער איז געווען באוואוסט אין ירושלים סתם ר' אריה אדער דער ירושלימער צדיק. ער פלעג גיין באזוכן די יידישע ארעסטאנטן אין דעם רוסן-פלאץ טורמע אין די יארן פון דער בריטישן מאנדאט.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין ארלע לעבן ביאליסטאק, אין דעם תחום-המושב פון דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אין פוילן), צו זיינע עלטערן ר' בנימין ביינוש און עטיל. ער האט געלערנט אין סלוצק און סלאנים, און איז געווען פאררעכנט א מתמיד און אן עילוי. אין אנהייב איז ער געווען צו יונג צו לערנען אין וואלאזשין; שפעטער האט ער געלערנט דארט אונטער רבי רפאל שפירא. ער איז ארויף אין ארץ ישראל אדר ה'תרס"ה (1905), וואו ער האט געלערנט אין ישיבת תורת חיים. ער האט באקומען היתר הוראה פון הרב חיים בערלין, הרב שמואל סאלאנט און הרב הרב אברהם יצחק הכהן קוק.

ער האט געהייראט צפורה חנה, א טאכטער פון הרב דוד שפירא, רב אין קאוונע, א זון פון הרב חיים יעקב שפירא. הרב דוד שפירא איז אויך געווען דער שווער פון הרב הירש פסח פראנק.

ער האט געדינט ווי א משגיח אין דער עץ חיים חדר אין ירושלים. ער איז געווען באוואוסט פאר א בעל חסד, אויך גערופן "רב פון די ארעסטאנטן" צוליב דעם וואס פינף און צוואנציג יאר פלעג ער גיין צופיס יעדן שבת אינדערפרי גיין באזוכן די ארעסטאנטן אין טורמע, כדי זיי אויפצולעבן, און אויך האט ער געשריבן זיי בריוו.

הרב לעווין איז נפטר געווארן ערב שבת הגדול ה'תשכ"ט אין דעם הדסה עין כרם שפיטאל, און מען האט אים באערדיקט דעם זעלבן טאג נאך חצות אין דעם סנהדריה בית החיים; אזוי איז מקויים געווארן זיין צוואה אז מ'זאל אים נישט מספיד זיין (סיי אלס ערב שבת נאכמיטאג סיי צוליב חודש ניסן ווען מען מאכט נישט קיין הספדים). לויט זיין צוואה איז געצייכענט אויף זיין מצבה אז ער בעט פון די וואס קומען צו זיין קבר צו זאגן "אני מאמין באמונה שלמה שתהא תחיית המתים בעת שיעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו".


משפחה

זיינע קינדער

רעפערענצן

  1. אהרן יונג, ‏דער גאון רבי שמחה שלמה לעווין איז אוועק, אויף JDN‏, ד' כסלו תשע"ה (העברעאיש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!