רוי:אשר

פון המכלול
ווערסיע פון 00:35, 7 דעצעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (אויסשטעל, רעדאגירונג)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אָשֵׁר
אשר, 1640–1645 מאלעריי
אשר, 1640–1645 מאלעריי
געבורט פדן ארם
פטירה אוראלט מצרים
מקום קבורה קדש נפתלי - 33°06′44″N 35°31′49″E / 33.112314°N 35.530317°E / 33.112314; 35.530317 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
טאטע יעקב
מאמע זלפה
בת זוג עדון (זיווג ראשון)
הדורה (זיווג שני)
קינדער שרח, ישוי, ימנה, ישוה, בריעה

אשר איז געווען דער צווייטער פון צוויי זין פון יעקב און זלפה די שפחה פון לאה, יעקב'ס אכטער זון און דער גרינדער פון שבט אשר פון די שבטי ישראל.

ביאגראפיע

אשר איז געבוירן געווארן צו זלפה די שפחה פון לאה נאך זיבן חדשים פון שוואנגער[1] אום ב' אדער כ' שבט[2] ב'קצ"ח אין פדן ארם. לויט דער גר"א איז ער געבוירן כסלו ב'קצ"ז[3].

לויט דער ספר הישר איז ער געווען חתונה געהאט צו עדון בת אפלל אבער זי איז געשטארבן אן קיין קינדער, און דערנאך האט ער חתונה געהאט צו הדורה בת אבימאל, אייניקל פון עבר און פון איר האט ער געהאט זיינע קינדער. און ער האט אויך אדאפט איר קינד שרח[4].

די קינדער פון אשר זענען געווען יִמְנָה, יִשְׁוָה, יִשְׁוִי, בְרִיעָה, און שֶׂרַח[5]. אין דברי הימים ווערט אראפ געברענגט אלע צאצאים פון אשר[6].

ער האט געלעבט 123 יאר, און ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים האבן זיי ארויפגענומען זיינע ביינער, און נאך וואס זיי האב געענדיגט אייננעמען ארץ ישראל אין יאר ב'תצ"ה האבן זיי אים באגראבן אין קדש נפתלי[7].

ער איז נפטר געווארן כ' שבט ב'שכ"א[8].

נאמען

לויט די פסוק איז אשר א לשון פון "גליק" אדער "ברכה". די תורה דערציילט וואס לאה האט אויסגערופן ביי זיין געבורט:

וַתֹּאמֶר לֵאָה בְּאָשְׁרִי, כִּי אִשְּׁרוּנִי בָּנוֹת; וַתִּקְרָא אֶת-שְׁמוֹ, אָשֵׁר

דהיינו אז ווייבער וואס האבן געקענט פאר לאה אויף א אומגליקלאכע ווייב צולייב איר עקרות האבן געזאגט 'אשריה', און דערפאר האט זי אן גערופן דער קינד 'אשר'[מקור פארלאנגט].

סימבאל

די שטיין פון אשר אין חושן איז געווען א אבן תרשיש. אין מדרש תלפיות שטייט:

אשר על תרשיש, ונקרא קריאוליק. וגונה כגטו השמן. וסגלתה לעכל המאכל, וכל שכן למי ששוחקה ומערבה במאכלו, ונעשה בזה עב ושמן שנאמר מאשר שמנה לחמו.

הרב אליהו הכהן, מדרש תלפיות

ברכות פון יעקב און משה

אין די ברכות וואס יעקב האט געבענטשט זיינע קינדער פארן שטארבן האט ער אים צוגעזאגט אז ער וועט האבן א גוטע נחלה וואס וועט געבן 'מעדני מלך': ”מֵאָשֵׁר, שְׁמֵנָה לַחְמוֹ[9]; וְהוּא יִתֵּן, מַעֲדַנֵּי-מֶלֶךְ” (בראשית מט, כ).

משפחה בוים


זיין קבר

קבר אשר ונפתלי די קינדער פון יעקב אין קדש נפתלי

חז"ל זאגן אז בני ישראל האבן ארוייף גענומען אלע ביינער פון יעקב'ס קינדער און זיי באגראבן אין ארץ ישראל[10].

און אין ספר הישר איז דערציילט:

ויקברו את ארונות מטות אבותיהם... ואת נפתלי ואשר קברו אותם בקדש נפתלי איש איש במקומו אשר ניתן לבניו.

ספר הישר, סוף ספר יהושע

היינט איז באצייכנט זיין קבר אין כביש 899 אנקעגן 'תל קדש נפתלי'. צו די קבר איז דא אסאך מקורות פון די ה'ת' יארן און ווייטער[מקור פארלאנגט].

רעפערענצן

  1. סדר עולם פרק ב'
  2. ספר היובלים, פרק כ"ח, פסוק כ"א; זעט מדרש תדשא, פרק ח', געברענגט אין ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב און רבינו בחיי, שמות א, ו, מיט עטליכע טוישונגען צווישן די מקורות.
  3. פירוש הגר"א אויף סדר עולם, פרק ב'. אזוי קוקט אויך אויס פון ילקוט שמעוני, בראשית, רמז קכ"ה; פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ו.
  4. ספר הישר, וישב כא
  5. בראשית מו, יז
  6. לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נישטא קיין ספר דברי הימים, האם הכוונה היא לדברי הימים א או דברי הימים ב?.דברי הימים א, ז
  7. ספר הישר, יהושע י
  8. סדר הדורות, שנת ב'קצ"גב'קצ"ח; ילקוט שמעוני
  9. די טייטש פון די ווארט 'לחמו' מיינט אויך 'מאכלו'. זעט אויך אין חבקוק א, טז: מַאֲכָלוֹ בְּרִאָה
  10. תלמוד ירושלמי סוטה (דף ח ע"ב; פרק א הלכה י): "ככתוב (בראשית מו) אנכי ארד עמך מצרים ואני אעלך גם עלה מה ת"ל גם עלה. אמר אותך אני מעלה ושאר כל השבטים אני מעלה מלמד שכל שבט ושבט העלה עצמות ראש שבטו עמו"