רבקה
רבקה אמנו (ב'פ"ה - ב'ר"ז), איז די צווייטע פון די פיר אמהות פון כלל ישראל; די ווייב פון יצחק, און מאמע פון יעקב און עשו. איר טאטע, בתואל (וואס איז אויך געווען דער פאטער פון לבן הארמי), איז געווען א זון פון נחור, א שוועסטערקינד פון יצחק.
נאך איר טויט, איז רבקה באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה וואו עס זענען באגראבן געווארן אלע אבות און אמהות אויסער רחל. רבקה איז אלט געווען 122 אדער 133 יאר ביי איר טויט.
ביאגראפיע
איבער רבקה ווערט דאס מערסטע דערציילט אין ספר בראשית, און אין מדרשי חז"ל דערויף. רבקה ווערט דערמאנט דאס מערסטע פון אלע אמהות אין ספר בראשית (50 מאל), און איר לעבנס געשיכטע איז דאס מערסטע דעטאלירט[1].
רבקה איז געבוירן געווארן אין יאר ב'פ"ה צו בתואל און מילכה אין חרן, נאך איר ברודער לבן. זי האט געהייראט יצחק און געבוירן יעקב און עשו, און נאך איר פטירה איז זי באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה.
רבקה און אליעזר עבד אברהם
אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין קנעכט צו זיין פאמיליע אין חרן, צו טרעפן דארט א ווייב פאר יצחק, און זיכער מאכן אז ער פארהייראט נישט קיין כנענית. די תורה זאגט נישט די נאמען פון דער קנעכט, אבער לויט מדרשי חז"ל איז דאס געווען אליעזר.
אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקופנטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין ארם נהריים צו ערפילן די באפעל פון זיין האר.ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן דאס ברונעם אינדערויסן פון שטאט. ער האט דווקא געווארט דארט וויבאלד ער האט געוואלט זען ווער וועט זיין די וואס וועט אנטרונקען אים און זיינע קעמלען.
אליעזר האט געדאוונט מען זאל אים ווייזן א סימן ווער עס איז די ריכטיגע פרוי פאר יצחק, דורך דעם וואס ווען ער וועט איר בעטן וואסער צו טרונקען, וועט דער רעאקציע פון די פרוי זיין אז זי וועט אים געבן וואסער, און אויך פאר זיינע קעמלען. אזוי דאווענענדיג איז רבקה אנגעקומען, און אליעזר האט איר געבעטן "בייג ביטע דיין קרוג און איך וועל טרינקען". זי האט דערויף גענטפערט "טרינק מיין האר, אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן".
ווען ער האט באקומען די ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. צו ארויסווייזן זיין דאנק, האט ער איר געגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי מעניעס וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט.
רבקה און איר פאמיליע
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך ווייל קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, און אים אפגעגעבן כבוד מלכים. דער ברודער פון רבקה, לבן, האט ארויסגעשטארצט מיט זיין חנופה כדי צו באקומען גאלד און דימאנטן.
פאר די הויזגעזונד פון רבקה האט אליעזר פארציילט איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און איז דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון.
נאך וואס אליעזר האט דערציילט די הויזגעזונד איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען, האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק, אויב רבקה וועט אויך איינשטימען דערצו; זאגנדיג "לאמיר רופן די מיידל און איר פרעגן". רבקה האט מסכים געווען צו חתונה האבן מיט יצחק און זאפארט ארויסצוגיין אין וועג מיט איר זייגערין. פארן ארויספארן, האבן איר די הויזגעזונד געווינטשן: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט".
אנקום פון רבקה קיין כנען
ווען אליעזר, רבקה און איר זייגערין זענען אנגעקומען צום נגב אין כנען, דארט וואו יצחק האט געוואוינט, איז רבקה אראפ פונעם קעמל זעענדיג יצחק, און האט פארדעקט איר קאפ אלס צניעות. יצחק האט איר אריינגעבענגט צום געצעלט וואס דארט איז זיין מאמע שרה אוועק, און דארט האט ער איר געהייראט.
רבקה און אירע קינדער
פונקט ווי שרה און רחל, איז אויך רבקה געווען אין אנהייב א עקרה. נאך וואס זי האט געדאוונט צו גאט האט זי אנגעהויבן שוואנגערן. זי האט געפילט ווי די קינדער לויפן ארום אין איר, און זי איז געגאנגען פרעגן וואס איז פשט פון דעם. לויט ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש האט עשו פרובירט ארויסגיין ווען מען איז אריבער נעבן אן עבודה זרה, און יעקב האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן א שול. רבקה וואס האט געמיינט אז דאס איז איין קינד האט נישט געקענט פארשטיין וואס דא גייט פאר. דאן האט מען איר געזאגט אז זי גייט געבוירן א צווילינג וואס גייען זיך צוטיילן פאר צוויי פעלקער, און דער עלטערער וועט דינען דעם יונגערן: "שני גויים בבטנך, ושני לאומים ממעייך יפרדו". און טאקע, רבקה האט געבוירן א צווילינג, דעם ערשטן, וואס איז געווען באוואקסן מיט האר ווי א מאנטל, האט זי גערופן עשו (מיינענדיג מיט דעם איז ער איז שוין א פארטיגער, באוואקסן), און דעם צווייטן, וואס האט אנגעכאפט די פיס פלאך פון עשו, האט זי גערופן יעקב (עקב=פיס פלאך).
נאך וואס די קינדער זענען אונטער געוואקסן, האט רבקה מער ליב געהאט יעקב, וויבאלד ער איז געווען א "איש תם יושב אוהלים", דאקעגן יצחק האט מער ליב געהאט עשו, "כי ציד בפיו".
דאס צונעמען פון די ברכות
ווען יצחק האט געפילט אז ער גייט שוין גיין פון דער וועלט האט ער געבעטן פון עשו: "ברענג מיר פון די יאגד און מאך מיר מטעמים און איך וועל עסן און דיר בענטשן פאר גאט". ווען רבקה האט דאס געהערט האט זי געשיקט יעקב זיך צו פארשטעלן ווי עשו, און זי האט אים געגעבן א געשחטענע ציג צו געבן פאר יצחק. זי האט אים אנגעטאן די קלייד פון עשו און באדעקט זיינע הענט מיט די פעל פון די ציג, אז זיי זאלן זיין האריג ווי די הענט פון עשו.
יצחק איז געווען בלינד, און ווען יעקב האט אריינגעברענגט די עסן האט ער דערקענט די קול פון יעקב, אבער טאפנדיג זיינע הענט האט ער דערקענט די הענט פון עשו. יצחק האט זיך זייער דערשראקן און געזאגט "הקול קול יעקב והידיים ידי עשו", און ער האט געפרעגט יעקב "צו דען ביסטו מיין בכור עשו?", אויף וואס יעקב האט גענטפערט "יא איך, עשו דיין בכור", א ענטפער וואס איז נישט קיין ליגנט, וויבאלד "איך" איז איין זאך, און "עשו (איז) דיין בכור" איז נאך א זאך. יצחק האט טאקע געגעסן און דערנאך געבענטשט יעקב. נאך וואס עשו האט זיך צוריק געקערט, האט רבקה פארשיקט יעקב זיך אויסבאהאלטן פון עשו'ס כעס ביי איר ברודער לבן.
כראנאלאגיע
וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה איז פארהאן צוויי דעות[2]:
- אין סדר עולם רבה (פרק א)[3]שטייט געשריבן: (יצחק האט חתונה געהאט זייענדיג האלט פערציג יאר, און רבקה זייענדיג אלט דריי יאר) - "ווייל ווען אברהם איז צוריק געקומען פון די עקידה אין הר המוריה איז ער אינפארמירט געווארן וועגן די געבורט פון רבקה, און יצחק איז דעמאלט געווען אלט זיבן און דרייסיג יאר, ווייל דעמאלט איז שרה געשטארבן - פון יצחק'ס געבורט ביז די עקידה ווען שרה איז געשטארבן זענען דא זיבן און דרייסיג יאר, און זי איז געווען אלט ניינציג יאר ווען יצחק איז געבוירן געווארן, און הונדערט זיבן און צוואנציג ווען זי איז געשטארבן, ווי עס שטייט אין פסוק (כג א) ויהיו חיי שרה וגו', קומט אויס אז יצחק איז דעמאלט אלט געווען זיבן און דרייסיג יאר און דעמאלט איז רבקה געבוירן געווארן, האט ער געווארט ביז ווען מען קען שוין חתונה האבן מיט איר (דריי יאר) און דעמאלט האט ער איר געהייראט"[4].
- אין תוספות (יבמות סא: ד"ה וכן) לויט די משמעות פון גמרא און ספרי שטייט געשריבן: יצחק אבינו האט געהייראט רבקה ווען זי איז אלט געווען פערצן יאר.
געשעעניש | די צייט און ארט | סדר עולם | תוספות |
---|---|---|---|
רבקה'ס געבורט | "ובתואל ילד את רבקה" (בראשית כב, כ); "כשבא אברהם מהר המוריה (לאחר עקידת יצחק) נתבשר שנולדה רבקה" (רש"י כה, כ) | ||
רבקה'ס חתונה | "וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה" (ה, כ) | 3 יאר | 14 יאר |
געבורט פון יעקב און עשו | "שבתשרי נולדו אבות" (מסכת ראש השנה, יא, א) | 23 יאר | 34 יאר |
מכירת הבכורה | ביי די טאג פון אברהם'ס פטירה | 38 יאר | 49 יאר |
די ברכות פון יצחק | "אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" (רש"י כז, ב) | 86 יאר | 97 יאר |
רבקה'ס פטירה | דער פסוק צייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אימנו, אבער חז"ל זאגן אז דבורה (וואס איר צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה | 122 יאר | 133 יאר |
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ אבינועם ספיר, מה מסתיר התנ"ך - סודותיו של ספר בראשית, הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98
- ↑ זעט אין תוספות (יבמות סא: ד"ה וכן) אז די מדרשים זענען זיך חולק.
- ↑ ווערט געברענגט אין פירוש רש"י (בראשית כה, כ).
- ↑ "בן ארבעים שנה - שהרי כשבא אברהם מהר המוריה נתבשר שנולדה רבקה, ויצחק היה בן שלשים ושבע שנה, שהרי בו בפרק מתה שרה, ומשנולד יצחק עד העקידה שמתה שרה שלושים ושבע שנה, ובת תשעים הייתה כשנולד יצחק, ובת מאה עשרים ושבע כשמתה, שנאמר (כג א) ויהיו חיי שרה וגו', הרי ליצחק שלושים ושבע שנים ובו בפרק נולדה רבקה, המתין לה עד שתהא ראויה לביאה שלוש שנים ונשאה".