הבל

פון המכלול
ווערסיע פון 09:20, 30 אקטאבער 2023 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אדה"ר איז באשאפן געווארן שנת ב' ליצירה למניין שאנו מונין)
צווייטער זון פון אדם הראשון און חוה
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הבל
געבורט א' תשרי שנת ב'
פטירה א' תשרי שנת ג'
גיל פטירה 1 יאר
בן זוג צווילינג שוועסטער
בתנ"ך בראשית ד

הֶבֶל איז געווען א זון פון אדם הראשון און חוה.

ביאגרפיע

הבל איז געווען דער צווייטער קינד פון אדם הראשון, א צווילינג ברודער פון קין. און איז געבוירן געווארן צוזאמען מיט נאך צוויי שוועסטערס[1], פרייטאג, די זעקטסע טאג פונעם בריאה[2]. עס איז דא וואס זענען מבאר אז ער האט געהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער חוה האבן אים געגעבן דעם נאמען מיט רוח הקודש[3]; אדער האט ער אים געגעבן דעם נאמען נאכן שטארבן[4]; און עס איז דא וואס זענען מבאר אז הבל איז א נאמען פון חשיבות וואס איז געקומען ווייל ער האט נישט געארבעט מיטן ערד[5].

וויבאלד די ערד איז באשאלטן געווארן ”בעצבון תאכלנה”[6] נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת, האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א פאסטעכער מיט שאף און רינדער[1], אן ארבעט וואס איז שווערער פונעם ערד ארבעט[7].

די קרבן

ווען ער איז געווען א יאר אלט[8] האט ער צוזאמען מיט זיין ברודער קין געברענגט א קרבן פארן באשעפער, קין האט געברענג פלאקס פון זיינע ערד פלאנצונגען, און הבל האט געברענגט די בעסטע פון זיינע שאף, און צו הבל'ס קרבן איז אראפ געקומען א פייער פון הימל, אבער צו קין'ס קרבן איז נישט אראפ א פייער.

קין איז געווארן זייער געטשעפעט, ער האט גערופן הבל אויף א שפאציר אין וואלד און דארט האבן זיי זיך געדינגען[9]. אינמיטן האט קין אויפגעשטאנען און אים פראבירט הרג'ענען, ער האט אים געשטאכן פון אלע זייטן ביז ער האט אים גע'הרג'עט, גא-ט האט דערפאר אנגעשריגן פאר קין ”קול דמי אחיך צועקים אלי מן האדמה”[10], און פארשאלטן אז ער זאל מער קיינמאל נישט זיין רואיג[11].

רעפערענצן

  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 מדרש אגדה (באבער) בראשית ד, ב
  2. בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ב'
  3. רלב"ג, ר י"ש ריגייו
  4. שד"ל
  5. אברנאל
  6. בראשית ג, יז
  7. ספורנו, בראשית ד, ב
  8. אבן עזרא
  9. עס איז דא אסאך מהלכים וואס זיי האבן זיך געדינגען
  10. בראשית ד, י
  11. בראשית ד


קאַטעגאָריע:פרשת בראשית קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר בראשית