באַניצער:נאר איך/מר זוטרא בריה דרב נחמן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון נאר איך.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון נאר איך.
נאר איך/מר זוטרא בריה דרב נחמן
וואוין אָרט סיכרא
השתייכות פערטער דור פון אמוראי בבל
בני דורו רבא, רב ספרא און רב הונא בר חיננא

מר זוטרא בריה דרב נחמן איז געווען א אמורא אינעם פערטן דור פון אמוראי בבל. א תלמיד פון זיין טאטע רב נחמן.

ביאגראפיע

ער איז געווען א זון פון רב נחמן און זיין פרוי ילתא, וואס אלע זייערע קינדער זענען געווען באוויסט אלס תלמידי חכמים אין די צייט פון די אמוראים.

אין גמרא ווערט דערציילט אז אמאל איז ער געגאנגען פון סיכרא צו מחוזא און אינמיטן וועג האט ער געטראפן רבא מיט רב ספרא קומענדיג קיין סיכרא. ער האט געמיינט אז זיי קומען צו אים, און האט זיי געפרעגט 'למה להו לרבנן לטרוח כולי האי?', האט אים רב ספרא גענטפערט, אונז האבן נישט געוואוסט בכלל אז מיר גייען דיר טרעפן, אבער מיר וואלטן זיך אפילו מער מטריח געווען ווען מיר ווייסן אז דו קומסט[1].

נאך ווערט דערציילט אז גוי'אישע קאנטראקטערס האבן אים אמאל געבויט א פאלאץ, און רב ספרא און רב הונא בר חיננא האבן נישט געוואלט אריינגיין וויבאד עס איז געבויט געווארן אין שבת, אדער לויט אן אנדערע ווערסיע איז ער אליינס נישט אריינגעגאנגען[2].

זיין תורה

ער ווערט אסאך דערמאנט און ש"ס[3], ווען ער לערנט מיט אמוראים פון זיין דור, צווישן זיי רבא, רבינא און רב יהודה[4].

פון זיין תורה:

  • אמר מר זוטרא בריה דרב נחמן "תן חַיִּים לְנַעֲרוֹתֶיךָ" מכאן למדה תורה דרך ארץ שלא ילמד אדם את בנו בבשר ויין[5].
  • פאר'ן שלאפן פלעגט ער זאגן "שרי ליה לכל מאן דצערן"[6].
  • אשה הבאה לתבוע את דמי הכתובה, ומקבלת קרקע כתשלום, תקבל קרקע בינונית[7].
  • כוס שיש בו קשיות, מותר לישראל ולנכרי לשתות בו ביחד - כל אחד מקש אחד, ואין בו האיסור של יין נסך, אלא אם כן פסק הגוי מלשתות בעוד היהודי עדיין שותה, משום שבמקרה זה חוזר המשקה שבקשית ומתערב בכוס[8].

לקריאה נוספת

רעפערענצן