תשב"ץ קטן
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | רבי שמשון בן צדוק |
הוצאה | |
מקום הוצאה | קרמונה |
תאריך הוצאה | ה'שט"ז |
נאך אויסגאבעס | |
דאטום פון ערשטער אויסגאבע | ה'שט"ז |
תאריך נאך אויסגאבעס | לבוב ה'תרי"ח, ווארשא ה'תרל"ו, און נאך |
מספר כרכים | 1 |
תאריך מהדורה מוערת | ורשה ה'תרס"א, ירושלים ה'תשל"ד, מהדורת שניאורסון - ירושלים ה'תשס"ה, מהדורת מכון ירושלים - ירושלים ה'תשע"א |
כתבי יד | כתב יד ווארשע 7/258, כתב יד קעימברידזש 1/800, כתב יד פאריז 2/643, און נאך |
פרשנים | רבי משה בצלאל לוריא, רבי ירוחם פישל פערלא, און נאך |
תשב"ץ קטן (אריגינעלן נאמען: תשב"ץ) איז א הלכה'דיגער חיבור פון רבי שמשון בן צדוק (געלעבט ענדע פון די תקופת בעלי התוספות, אין 13'טער יארהונדערט), א תלמיד און גבאי פונעם מהר"ם מרוטנבורג, וואס האט געשריבן און רעדאגירט דעם ספר פון די פסקים און הנהגות פון זיין רבי'ן, בשעת דער מהר"ם איז געווען איינגעשפארט אין טורמע. דער חיבור איז פון די באקאנטסטע ספרים פון אשכנזישע פוסקים, און ווערט אסאך געברענגט דורך די שפעטערדיגע פוסקים; עס איז אויך א באזע פאר אסאך הלכות אין שולחן ערוך.
נאמען
דער מבי"ט ברענגט אז דער חיבור הייסט "תשב"ץ", ווייל עס איז ראשי תיבות "תשובת שמשון בן צדוק"[1]. רמזים צום נאמען "תשב"ץ" ערשיינט שוין אין די ספר[2], און לויט עטליכע מאנוסקריפטן פונעם חיבור - איז דער נאמען "תשב"ץ" געגעבן געווארן דורך דער מהר"ם זעלבסט[3]. כדי עס צו אפטיילן פונעם שו"ת תשב"ץ וואס איז געשריבן דורך רבי שמעון בן צמח דוראן, רופט מען עס "תשב"ץ קטן".
מחבר
דער מחבר איז געווען א תלמיד מובהק פון דער מהר"ם מרוטנבורג, אבער דער אידענטיפיקאציע פון זיין נאמען איז נישט קלאר. פארהאן וואס האבן געשריבן אז זיין נאמען איז "שמשון"[1][4], פארהאן וואס שרייבן אז זיין נאמען איז "שמואל"[5], און אנדערע שרייבן אז זיין נאמען איז "שמעון"[6]. דאס באשטימען זיין נאמען אלס "שמשון" איז די מערסטע פארשפרייט צווישן ציטאטן פון די פוסקים, און אזוי איז מכריע דער חיד"א[7]. אין תשב"ץ קטן איז פארהאן א תשובה פון דער מהר"ם מרוטנבורג, וואס דערין ערשיינט א מענטש מיט'ן נאמען "חברנו הרב שמשון"[8], און עס זענען דא וואס אידענטיפיצירן אים אלס רבי שמשון בן צדוק, תלמיד פונעם מהר"ם און מחבר פונעם ספר[9].
רבי שמשון האט אויך פארפאסט - צוזאמען מיט אן אנדערן תלמיד פונעם מהר"ם, רבי מאיר הכהן מרוטנבורג, די הגהות מיינוניות אויף משנה תורה פונעם רמב"ם, א חיבור אין וועלכע עס ווערן אויסגעשמועסט די שיטות פון די חכמי אשכנז און בעלי התוספות אויף די באהאנדלטע נושאים. רבי שמשון איז נפטר געווארן אין ה'ע"ב[10].
הינטערגרונט
דער מהר"ם מרוטנבורג האט פרובירט צו איבערלאזן דייטשלאנד און ארויפגיין קיין ארץ ישראל, וואס צוליב דעם איז ער איינגעזעצט געווארן דורך דער דייטשער אימפעריע – מיט'ן האפענונג צו באקומען א גרויסע אויסלייז פון די אידישע געמיינדע פאר זיין באפרייאונג – אויפ'ן שולד פון פרובירן עמיגרירן, א זאך וואס איז געווען פארבאטן פאר אידן.
בשעת'ן וויילן אין טורמע איז פארבאטן געווארן אים צו קומען באזוכן, אבער ביי א געוויסע פונקט איז ערלויבט געווארן פאר זיין תלמיד רבי שמשון אים צו באזוכן אפט און וויילן ביי אים. רבי שמשון האט באדינט דער מהר"ם דארט אין טורמע[11] און האט דאקומענטירט דער מהר"ם'ס מנהגים און חידושי תורה. די הנהגות און הלכות וואס ער האט צאמגענומען ערשיינען אין ספר תשב"ץ. דער ספר אליין איז ווארשיינליך נישט אינגאנצן רעדאגירט געווארן דורך אים, ווייל ער אליין ווערט דערין דערמאנט.
געבוי און אינהאלט
דער חיבור אנטהאלט פסקים פונעם מהר"ם מרוטנבורג אין פארשידענע נושאים, ווען אין רוב געדרוקטע אויסגאבן פונעם ספר שטייט די צאל סימנים ביי 590. אינעם אריגינעלן חיבור זענען געווען ווייניגער סימנים; די צוגעלייגטע שטאמען פון פארשידענע פלעצער. זיין שטארקע פארשפּרייטונג האט געברענגט דערצו אז אסאך האבן צוגעלייגט צו די שולי הגליון פארשידענע הגהות און הוספות, און דיע זענען צוגעלייגט געווארן צום חיבור דורך די פארשידענע מעתיקים. אזוי אויך די סדר הסימנים טוישט זיך צווישן די פילע מאנוסקריפּטן[12].
מערסטנס פסקים זענען געשריבן געווארן דורך רבי שמשון על סמך הנהגות וואס ער האט געזען אדער הלכות וואס ער האט געהערט פונעם מהר"ם, און טייל פון זיי זענען פסקים וואס זענען מנוסח געווארן דורך דער מהר"ם אליין. דער חיבור איז געשריבן געווארן אין דער תקופה וואס דער מהר"ם האט זיך אויפגעהאלטן אין טורמע אינעם קעניגליכן טירה[אויסקלארונג פארלאנגט] אין שטאט איינזיסהיים (ענ')[1][13].
אינעם ספר זענען פארהאן הוספות געשריבן דורך רבי פרץ מקורביל, בן דורו פונעם מהר"ם, וואס האט צוגעלייגט חילוקים צווישן די מנהג פון יהדות צרפת און יהדות אשכנז, און אויך הלכות אין וועלכע די מנהג איז נישט ווי דער מהר"ם. די הוספות געפונען זיך אינעם טעקסט פונעם חיבור, און זענען כאראקטעריזירט דורך די צוגאב פונעם ווארט "הג"ה" פאר זיי. דער ספר פארמאגט אויך פארשידענע שפעטערדיגע הוספות, וואס זייער מחבר'ס אידענטיפיקאציע איז נישט באקאנט.
איינע פון די באקאנטסטע מימרות פונעם מהר"ם מרוטנבורג ווערט געברענגט אינעם ספר: ”כשהאדם גומר בדעתו לקדש השם, וימסור נפשו על קידוש השם, כל מה שעושין לו, הן סקילה, הן שריפה, הן קבורת חיים, הן תליה, אינו כואב לו כלום... ותדע שכן הוא, שאין לך אדם בעולם שאם היה נוגע באצבע קטנה באש שלא היה צועק; אפילו אם היה בדעתו לעכב עצמו, לא היה יכול. ורבים מוסרים עצמם לשרפה ולהריגה על קידוש השם יתברך, ואינם צועקים לא אוי ולא אבוי”[14].
פארשפרייטנוג
דער רעלאטיווער קליינקייט פונעם חיבור האט פארגרינגערט דאס צו קאפּירן, און האט גורם געווען זיין שטארקע פארשפּרייטונג אין יהדות אשכנז און אייראפעאישער אידנטום בכלל. ארום 120 קאפּיעס עקזיסטירן נאך היינט אין כתב יד.
דער חיבור ווערט דערמאנט ביי רבי מרדכי בן הלל (דער "מרדכי"), פון מהר"ם מרוטנבורג'ס תלמידים[15], און לויט פארגלייכן ציטאטן זעט אויס אז דאס האט זיך געפונען אויך ביי אנדערע תלמידים פון מהר"ם מרוטנבורג[3]. זיין פארשפרייטונג האט זיך אנגעהויבן באלד נאך זיין פארפאסונג, און עס ווערט אסאך דערמאנט אין די ווערטער פון גדולים פונעם דור נאך זיין פארפאסונג, ווי אין ספר כלבו און אורחות חיים (מר"א מלוניל) וואס ציטירן אסאך פון עס. אויך ביי רבי יעקב בן אשר, אין זיין ספר ארבעה טורים, ווערט עס דערמאנט עטליכע מאל[16].
אויפלאגעס
דער ספר תשב"ץ קטן איז געווארן קאפירט אין כתב יד פילע מאל, צווישן זיי כתב יד ווארשע 7/258, כתב יד קעימברידזש 1/800, כתב יד פריס 2/643, און נאך[17]. אויך איז עס געדרוקט געווארן אסאך מאל און אין פארשידענע אויסגאבן:
- מהדורת קרימונא, איטאליע שט"ז (1556) – דער ערשטער דרוק אויפלאגע פונעם חיבור, געדרוקט געווארן ארום 250 יאר נאכ'ן געשריבן ווערן, אינעם וויצינצו קונטי דרוק. פון די מהדורה און ווייטער האט דער ספר אנטהאלטן 590 סימנים.
- מהדורת (קאפוסט?) תקע"ו (1816) – באזירט אויפ'ן קרימונא אויפלאגע, מיט לייכטע הגהות. געדרוקט לכאורה אין קאפוסט[18].
- מהדורת לבוב תרי"ח (1858) – געדריקט ביי דוד צבי שרענצל.
- מהדורת ווארשא תרל"ו (1875) – געדריקט ביי יעקב יוסף קאלינבערג און יצחק גאלדמאן. אין די אויפלאגע זענען צענזורירט געווארן פונעם ספר די סימנים תט"ז (תי"ו) און תי"ז. אזוי אויך די סימנים תקי"ב און תקי"ג זענען צוזאמגעשטעלט געווארן פאר איין סימן (תק"י). כדי צו משלים זיין די צאל סימנים צו 590, ווי אין די פריערדיגע אויסגאבן, זענען די סימנים תקפ"ג און תקפ"ד צעטיילט געווארן אויף פינף (תק"פ–תקפ"ד). די און אנדערע אינטערווענצן האבן פאראורזאכט דאס פארדרייען די ציילונג פון סימנים אינעם ספר, בסימנים שבתווך. די גרייזיגע סימנים האבן אנגעהאלטן אויך אין די קומענדיגע מהדורות. אין מהדורת ווארשע גם לא השוו מול המהדורות הראשונות, והמהדירים הכניסו שינויים בספר לפי ראות עיניהם, לשם "תיקון הטעיות". בשנים שלאחר מכן הודפסה מהדורה נוספת זהה באותה הוצאה, ובהמשך - בשנת תרמ"ב (1881) - הודפסה בוורשה עוד מהדורה המתבססת על מהדורת תרל"ו (לא ידוע בית הדפוס).
- מהדורת לוין-אפשטיין - ורשה תרס"ב (1902). מהדורה זו התבססה על מהדורת ורשה תרל"ו. מהדורה נוספת יצאה על ידי לוין-אפשטיין בוורשה בשנת תר"ף, שהתבססה על קודמתה משנת תרס"ב. על בסיס מהדורה זו האחרונה יצאה מהדורה שלישית בהוצאת לוין-אפשטיין, בירושלים תשי"א.
שפעטער זענען געדריקט געווארן נאך אויפלאגן, וואס אנטהאלטן אפט פירושים אדער הערות:
- מהדורת ורשה תרס"א – אנטהאלט פירוש "שבעת הנרות" פון רבי משה בצלאל לוריא. געדרוקט אינעם דרוקהויז פון יעקב זאב אונטערהענדלער.
- מהדורת ירושלים תשל"ד – פאטאגראף אויסגאבע פון מהדורת ווארשא תרס"א מיט'ן פירוש שבעת הנרות, אין צוגאב פון עטליכע השמטות והוספות, הערות רבי ירוחם פישל פערלא, און הערות וביאורים (בסוף הכרך הודפס נספח של קונטרס בעניין אחר)
- מהדורת מכון תורה שבכתב, ירושלים תשס"ה, בתוספת מבוא והערות. מהדורה זו הודפסה על פי נוסח כתב היד שהיה בידי רבי יהודה בן אליעזר הלוי מינץ (מהר"י מינץ) ורבי יוסף קארו ("הבית יוסף")[19], וייתכן שאותו נוסח כתב היד היה גם בידי רבי שלמה לוריא ("הרש"ל")[20]. הערות רבי ירוחם פישל פערלא מופיעות גם במהדורה זו. סימנים חדשים על הלכות פסח המופיעים במהדורה זו, אינם מהמהר"ם עצמו, אלא ליקוט מדברי הראבי"ה[20].
- מהדורת מכון ירושלים - ירושלים תשע"א, בתוספת מבוא, הערות, מקבילות (מדברי הראשונים בני אותה התקופה, ובעיקר מבית מדרשו של המהר"ם) והשלמות, עם מפתח עניינים. מהדורה זו מבוססת על הדפוס הראשון (קרמונה שט"ז), עם מדור "שינויי נוסחאות" להשוואה מול מספר כתבי יד[21].
- מהדורת ירושלים תשע"ה - מהדורת צילום של מהדורת ורשה תרס"א ע"פ שבעת הנרות, בתוספת הערות בסוף הספר מאת הרב שמריהו שולמן
זעט אויך
ביבליאגראפיע
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שלמה אנגל, "בשער הספר", תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 9–15, אויף אוצר החכמה- אפרים אלימלך אורבך, בעלי התוספות, כרך א
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:גדולי ישראל
פאראמעטער [ עמודים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מרדכי מרגליות (עורך כללי), "ר' מאיר (בר' ברוך) מרוטנבורג (מהר"ם מרוטנבורג)", אנציקלופדיה לתולדות גדולי ישראל ד, תל אביב: י' צ'צ'יק, תש"ו, אויף היברובוקס
דרויסנדע לינקס
- כתב יד, ספר התשב"ץ, פאריז, מאה 14, בפרויקט "כתיב" באתר הספרייה הלאומית
- שמשון בן צדוק, אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 רבי משה מטראני, שו"ת המבי"ט, חלק א', סימן ר"צ, על פי "כתיבה גסה אשכנזית" שבסוף העתק ספר התשב"ץ קטן.
- ↑ ראו סי' צ' וסי' של"ח.
- ↑ 3.0 3.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 10. - ↑ רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז, בשם א העתק פון א כתב יד פונעם התשב"ץ און בשם רבי אברהם זכות אין זיין ספר יוחסין השלם.
- ↑ זעט: שער מהדורת הספר תשב"ץ קטן, קרמונה שט"ז; רבי משה מאט, מטה משה, סימן ר"ע; רבי דוד קונפורטי, קורא הדורות, דף כ"ד.
- ↑ הוספות הרמ"א לספר יוחסין השלם, בסוף הספר.
- ↑ החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז.
- ↑ תשב"ץ קטן, סי' ת'
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 10. - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם זכות, ספר יוחסין - ↑ הג"ה מנחם ציון על שם הגדולים חלק ב, מערכת ת', הערה עט
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שלמה אנגל, "בשער הספר", אין תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 12. - ↑ החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז; און נאך. דער דעטאל ערשיינט אויך אויפ'ן דעקל פון מהדורת לבוב תרי"ח. אבער ערשיינט נישט אין אלע מאנוסקריפט קאפיעס פונעם חיבור, און אויך אינעם ערשטן מהדורה (קרמונה שט"ז).
- ↑ רבי שמשון בן צדוק, תשב"ץ קטן, סי' תט"ו, בשם מהר"ם מרוטנבורג.
- ↑ זעט: רבי מרדכי בן הלל, מרדכי, ברכות, סי' קצ"ב וקצ"ה; שם, שבת, סי' תע"ג; שם, חולין, סי' תשמ"ו ותשמ"ז. און זעט דארט, חולין, סי' תשמ"ה, אז אויך די הגהות רבי פרץ מקורביל על התשב"ץ קטן ווערן דערמאנט אין מרדכי.
- ↑ זעט לדוגמא: טור, אורח חיים, סימן ק"פ,
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:טור) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".טור, אורח חיים, סימן ר"ג און
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:טור) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".טור, אורח חיים, סימן ר"פ. - ↑ פאר א ליסטע פון נאך כתבי יד נוספים זעט:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 13–14. סך הכל געפינט זיך ארום 120 כתבי יד. - ↑ זעט פרטים, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית
- ↑ על פי שער הספר של המהדורה.
- ↑ 20.0 20.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 11. - ↑ על כך, ועוד, ראו:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 13–15.