רבי מאיר יוסף רובין
געבורט |
ה'תרנ"ט בריזדאוויץ | ||
---|---|---|---|
פטירה |
ט"ו סיון ה'תש"ד (אלט: 45 בערך) אוישוויץ | ||
רבי'ס | רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער | ||
דינאסטיע | קערעסטיר | ||
|
רבי מאיר יוסף רובין (ה'תרנ"ט - ט"ו סיון ה'תש"ד), איז געווען דער דריטער קערעסטירער רבי.
ביאגראפיע
ר' מאיר יוסף איז געבוירן געווארן אין בריזדאוויץ צו רבי ברוך רובין[1] דער דארטיגער רב, און שרה שלאמצא טאכטער פון רבי מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב[2], זון פון רבי יצחק יצחק פון זידיטשוב.
ער האט געלערנט ביי זיין טאטע, און ביי רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער אב"ד מאד, מחבר פון ספר לבושי מרדכי וואס האט אים אויך מסמיך געווען להוראה.
אום ב' כסלו ה'תרע"ט האט ער חתונה געהאט צו רבקה צירל[3] טאכטער פון רבי אברהם שטייענר פון קערעסטיר, זון פון רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר, ווי ער איז געזעצן אויף קעסט זעקס יאר. די זיידע ר' ישעי'עלע האט זייער געשעצט דעם אייניקל, ווי פארציילט אז בעפאר וואס ער איז אוועק, האט ער זיך פארשפארט אינאיינעם מיט ר' מאיר יוסף אויף א שטיק צייט.
זיין שווער ר' אברהם האט איבערגענומען זיין פאטער'ס פלאץ אין רעביטעווע אין קערעסטיר, און קוים צוויי אוטן צוואנציג חדשים דערנאך איז ער אויך אוועק, און זיין איידעם ר' מאיר יוסף איז אויפגענומען געווארן אלס רבי, אויפן באפעל פון זיין שווער, דארט אויפן ארט.
ר' מאיר יוסף איז אומגעקומען ט"ו סיון תש"ד אויף קידוש השם אין אושוויץ קאצעט, הי"ד.
האט ווייטער אנגעפירט די צדקה און חסד מיט הכנסת אורחים ווי זיין שווער רבי אברהם אויפן באפעל פון זיין זיידע ר' ישעי'עלע. איז געווען אויסגעצייכנט אין התמדה, און איז באקאנט געווען אלס א פועל ישועות[4].
אום כ"ג ניסן ה'תש"ד האבן די נאציס באפוילן אז אלע קערעסטיר'ע אידן זאלן זיך צוזאם נעמען אין הויף פון שטאטי'שן שוהל, און אום כ"ה ניסן זענען זיי אריבערגעפירט געווארן מיט די באן צום געטא אין אוהעל, און פון דארט זענען זיי געפירט געווארן צום מיאוס'ן טויט אין אוישוויץ ווי זיי זענען אומגעקומען אום ט"ו סיון.
ס'זענען געדרוקט דברי תורה פון אים, אין ספר "שארית ברוך" פון זיין טאטע.
פאמיליע
- רבי מנחם מנדל, איידעם פון רבי ישראל פריינד אב"ד האניאד.
- ממלא מקומו רבי ישכר דוב רובין, קערעסטיר'ער רבי אין אמריקי, איידעם פון הרב חיים מייזליש אב"ד סרוואש.
- חיה פריא, פרוי פון רבי אשר ישעיה רובין, זון פון איר פעטער רבי יעקב ישראל ישורון פון סאסרעגן.
- פריידא גיטל, פרוי פון רבי מנחם ישראל ראטטענבערג פון קאסאן פון די בראנקס און דערנאך אין בארא פארק.
- הרב מאיר יהוסף, גרינדער פונעם חרדי'שן ישוב אין לינדן-ניו דזשערזי, איידעם פון רבי אשר ישעיה ראטטענבערג פון קאסאן בני ברק.
- הרב משה שמואל קאסאנ'ער רבי אין לאנדאן.
- הרב נפתלי צבי, קאסאנ'ער רבי אין היללקרעסט-ספרינג וועלי, איידעם פון רבי משולם זלמן לייפער פון טעמשוואר.
- הרב אברהם ברוך, קאסאנ'ער רבי אין לייקווד, איידעם פון רבי צבי מאיר פאנעט פון דעעש.
- הרב חיים יהודה לייביש רב און רבי אין קהילת נצח ישראל אין פארשעי געגנט אין מאנסי, איידעם פון רבי חיים שלמה ראטטענבערג פון קאזעווע.
- הרב ישעיה משולם פייש ראזלא'ער רבי אין ביתר, איידעם פון הרב אהרן מרדכי רוטנער.
- חתנו הרב חיים שלמה ראטטענבערג פון די ברסלב'ע רבנים אין ירושלים.
דרויסנדע לינקס
- רבי מאיר יוסף רובין פון קערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד אויף אייוועלט זייטל.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יוסף יהודה לוי, אצל הרבי מקערעסטיר, למען תספרו לדור אחרון.- א היסטארישן בריוו באצירט מיט אלע גוטע ברכות.
קאַטעגאָריע:ראפשיץ מוסטער:מקורות
קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען קאטעגאריע:אדמו"רים הונגרים קאטעגאריע:רבנים שנספו במחנה ההשמדה אושוויץ
רעפערענצן
- ↑ אייניקל פון דער אור לשמים פון אפטא, רבי אלימלך פון ליזשענסק, קאזשניצ'ער מגיד, און רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.
- ↑ איידעם פון רבי חיים אברהם פון מיקאלייעוו איידעם פון רבי מאיר פרעמישלאנער.
- ↑ זי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ע.
- ↑ הקדמה צו ספר דברי שמואל פון רבי שמואל זאב ראטה אב"ד אוהעל;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע פרשת גדולת מרדכי, עמוד 26.