רוי:רבי יצחק מאיר אלטער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק מאיר (תקנ"ט–כ"ג אדר תרכ"ו), בארימט אלס "חידושי הרי"ם" אויפ'ן נאמען פון זיינע ספרים, איז געווען דער ערשטער גורער רבי.

ביאגראפיע

ר' איטשע מאיר איז געבוירן געווארן אינעם יאר תקנ"ט צו זיין פאטער ר' ישראל ראטענבערג, רב אין מאַגנישאָוו און שפעטער אין גער, בן-אחר-בן פון מהר"ם מראטנבורג, און צו זיין מוטער חיה שרה. ר' ישראל איז געווען א תלמיד פון ר' לוי יצחק פון בערדיטשעוו, און איינער פון דעם קאָזשעניצער מגיד'ס מקורבים. ר' ישראל האט געבראכט דעם יונגן יצחק מאיר צום קאזשעניצער מגיד ר' ישראל וועלכער פלעגט רעדן מיט אים אין לערנען. דער גביר ר' משה חלפן־ליפשיץ פון ווארשע האט אים גענומען פאר אַן איידעם. זייענדיג ביי דעם שווער אויף קעסט, האט דער יונגער איידעם געלערנט טאג און נאכט. א פּאר יאר שפּעטער האט ער אנגעהויבן זאגן שיעורים פאר שארפע תלמידים, און ער איז באלד געווארן באקאנט אלס דער "ווארשעווער עילוי". ער האט געלערנט ביי רבי לייבוש חריף פון פלאצק.

ווען פאר זיין שווער האט אנגעהויבן גיין מיט דער פּוטער אראפּ, און עס האבן זיך אנגעהויבן שלעכטע צייטן, האט מען פארגעשלאגן דעם יונגן עילוי פארשידענע רבנות שטעלעס, אבער ער האט אפּגעזאגט אַלע אנבאטן. ער האט אנגעהויבן האנדלען מיט ספרים, און ער האט פארדינט "וואסער אויף קאשע". אויך פון ווארשע פלעגט ער פארן צום קאזשעניצער מגיד, און צייטנווייז אויך צום לובלינער "חוזה". נאכן מגיד'ס פּטירה פלעגט ער פארן צו זיין זון ר' משה אליקים בריעה. שפּעטער האט ער זיך אנגעשלאסן אין די חסידים פון דעם פּשיסכער רבין ר' שמחה בונים, און ער איז געווארן זיין תלמיד מובהק, זיין בארימטסטער תלמיד. נאכן פּשיסכער'ס פּטירה האבן די חסידים געוואלט קרוינען אים פאר זיין נאכפאלגער. ער האט, אבער, צוריקגעוויזן זייער פארלאנג, און ער האט זיי באוואויגן צו איבערגעבן די רבי'שע קרוין ר' מנחם מענדלען פון טאָמאַשאָוו, וועלכער איז געווארן באקאנט אלס קאצקער רבי.

נאך דעם קאצקער'ס פּטירה האט דער "חידושי הרי"ם" איבערגענומען די רבי'שע קרוין. ער האט געגרינדעט די גערער דינאסטיע וועלכע האט זיך פארשפּרייט און פארצווייגט ווייט און ברייט. זיינע ספרים "חידושי הרי"ם" אויף ש"ס, און שאלות ותשובות פארנעמען א הויך ארט אין דער לומד'ישער וועלט. זיין "ספר הזכות", איז א חסידיש ספר. דער סאָכאַטשאָווער רבי ר' אברהם האט געזאגט, אז דער "חידושי הרי"ם" איז געווען זיבן מאל שטארקער אין נסתר ווי אין נגלה.

דער "חידושי הרי"ם" האט אבער געהאט קיין נחת אין זיין פאמיליע לעבן. זיינע דרייצן קינדער זענען אויסגעשטארבן ביי זיין לעב-צייט. ער איז נפטר געווארן דריי און צוואנציג טעג אין אדר, אין דעם יאר תרכ"ו. זיין אייניקל ר' יהודה אריה ליב, וועמען ער האט ערצויגן און וועלכער איז שפּעטער געווארן בארימט אונטערן נאמען "שפת אמת" האט איבער גענומען די גערער קרוין וועלכע ער האט געטראגן פינף און דרייסיג יאר.