רוי:מהר"ם מראטנבורג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי מאיר בן ברוך פון ראָטנבורג (לערך 1215 – 1293 אין געפענגעניש אין דייטשלאנד) איז געווען א רב און פוסק אין דייטשלאַנד, באַקאַנט אויך אלס "מהר"ם מראטנבורג"; זיין תלמיד איז געווען רבנו אשר ("רא"ש"); אָנגעזעענסטער פּוסק אין זיין צייט און אויך שפּעטער; דער דייטשער קייזער רודאָלף האָט אים איינגעזעצט אין דער תפיסה אין שלאָס ענזיסהיים (אין יאָר 1286) און האָט פאַרלאַנגט פון די אידישע קהלות אין דייטשלאַנד א גרויסע סומע אויסלייז-געלט. דער מהר"ם האָט פון תפיסה אַרויסגעשיקט דעם באַפעל, אַז מען זאָל נישט געבן פאַר אים קיין געלט, ווייל דער קייזער זעענדיג אז מען קען אויספּרעסן געלט וועט ער אַלעמאָל אַרעסטירן רבנים; ער איז געזעסן אין תפיסה 10 יאָר און איז דאָרט געשטאָרבן; אויך נאָכן טויט איז ער געלעגן אַ לאַנגע צייט אין תפיסה ביז א איד זיסקינד האָט פאַר אים באַצאָלט אַ גרויסע סומע געלט און אויסגעלייזט זיין קערפּער און געבראַכט צו קבר ישראל.

ווערק

דער מהר"ם האָט אַחוץ זיינע ספרים אין הלכות ("שאלות ותשובות", תוספות אויף גמרא און אַנדערע) אויך געשריבן פּיוטים, און באַקאַנט אין זיין קינה "שאלי שרופה באש" אויף דער גזירה צו פאַרברענען גמרות.

ביבליאגראפיע

  • ווייס "דור דור ודורשיו", חלק ה'
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!