רבי ישעיה שטיינער
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
פאראמעטער [ חסידות, מוטער, ווייב1, זיינע רביס, נומער אין דינאסטיע, קבורה ארט, קינדער1, נאכפאלגער, פאטער ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ פאריגער ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט |
ה'תרי"א זבאראוו נעבן בארדיאוו (היינט אין סלאוואקיע) |
---|---|
פטירה |
קערעסטיר |
רבי ישעיה שטיינער (ווערט גערופן רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער; (ה'תרי"א, 1851 - ג' אייר ה'תרפ"ה, 1925) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, האט געוואינט אין קערעסטיר נעבן מישקאלץ אין אונגארן.
ביאגראפיע
איז געבורן געווארן צו רבי משה און מרת הענטשא מרים שטיינער אין דארף זבאראוו נעבן בארדיאוו (היינט צוטאגס אין סלאוואקיע), זיין טאטע איז אוועק ווען ער איז אלט געווען בלויז דריי יאר.
אין עלטער פון צוועלף יאר האט זיין מאמע די אלמנה אים געשיקט קיין ליסקא צו רבי צבי הירש פון ליסקא, וואס ער האט אים געשיקט לערנען אין סעמיהאלי. נאך אן האלבן יאר איז ער צוריק פון דארט קיין ליסקא, און האט געלערנט ביי רבי צבי הירש, וואס האט אים מיט די צייט אויך אויפגענומען אלס אייגענעם משמש בקודש. אום ד' ניסן ה'תרל"ה האט ער געהייראט שרה טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק.
פלעגט אויך פארן צו רבי מרדכי פון נאדבארנא, רבי שמואל פרענקל פון דאראג רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז און נאך. נאך די פטירה פון זיין רבי'ן פלעגט ער כסדר זיך אונטער חתמ'ענען אלס משמש ביי הרה"ק פון ליסקא[1].
נאך וואס זיין רבי איז אוועק האט רבי מרדכי פון נאדבארנא אויך אים אויפגענומען אלס רבי אין ליסקא (א חוץ רבי חיים פריעדלענדער איידעם פון רבי צבי הירש), אבער נאך רדיפות פון די חסידים וואס האבן דאס נישט געשוינט, האט ער זיך אריבער געצויגן קיין קערעסטיר צוליב די אומשטענדן[2]. אנקומענדיג קיין קערעסטיר איז ער נתפרסם געווארן אלס א גרויסער בעל מופת, און טויזנטער אידן האבן מאשירט צו אים.
איז באקאנט געווארן אלס א גרויסע מכניס אורחים, און האט געטיילט ריזיגע געלטער פאר צדקה, און אויב האט ער נישט געהאט האט ער אויס געבארגט פאר די צוועק[3].
יארן לאנג איז די ציון געווען א קליינעם און צובראכענעם, אום יאר ה'תשע"ג האט מען דאס איבערגעבויט גרויס און ברייט, און זייט דעמאלט איז דא א ריזן ציבור וואס קומט ארויף דורכאויס די יאר, און צום הויפט אין יארצייט ג' אייר[4].
פאמיליע
אכט פון זיינע צוועלף קינדער זענען אוועק אין די יוגנט[5], די פארבליבענע זענען ווי פאלגנד:
- רבי אברהם שטיינער.
- מרת קריינטשא גראס פרוי פון הרב שמואל גראס אב"ד קראלי.
- מרת רבקה פייגא קליין פרוי פון הרב ראובן חיים קליין אב"ד סאנינא.
- מרת רחל לאנדא פרוי פון הרב ר' ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד עדעלין און מחסר ספר 'בית ישראל'[6]
הנצחתו
כן מקובל בשנים האחרונות חלוקת אוכל ביום זה בריכוזים החסידיים, וישנם מקומות שבהם במשך כל השנה[7] מפעילים חדרי אוכל לחלוקה לזכרו[8].
יש המשתמשים בתמונתו כסגולה לשמירה מפני עכברים[9]. אך יש הטוענים כי לסגולה זו אין כל מקור קדום, ואדרבה - הוא התנגד נחרצות לצילום דיוקנו[10].
"ישיבת ישועת מרדכי" שבנחליאל קרויה גם על שמו[11].
צאצאיו מפעילים "הכנסת אורחים" בביתו. מספר ארגוני חסד הוקמו לזכרו.
בשנת תשע"ט יצא שיר לזכרו, על ידי המלחין שמשון ניימאן. המילים של השיר הם באידיש, ובנויים על אמרתו המפורסמת ש"כולם מכוונים 'רזין דרזין', ואילו אני מכוון 'לשובע ולא לרזון'"[12].
בשנת 2019 הוציאה להקת זושא שיר לזכרו שנקרא "ר' שעילה"[13].
לקריאה נוספת
- יוסף מרדכי גינצלער, מי באר ישעיהו, טארנא סלאוואקיי תרפ"ח
- ישראל יעקב וידובסקי, תולדות הצדיק ר' ישעיה'לע מקערעסטיר, ירושלים: מכון אבן ישראל, תשנ"ו
- שלום אליעזר ליכטענשטיין, מנחם מענדל רובין (עורכים), מופת הדור: תולדות חייו והליכות דרכו ... של ... רבי ישעיה שטיינער, הנקרא בפי כל רבי ישעי'לע קערעסטירער, ברוקלין תשע"א 2010
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ויקישיתוף בשורה
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן * מידיע און בילדער איבער [[commons:Category:{{#property:P373}}|רבי ישעיה שטיינער]] אויף וויקיקאמאנס המזהה לא מולא ולא נמצא בוויקינתונים, נא למלא את הפרמטר.
דרויסנדע לינקס
- ר' ישעי'לע - אויף 'אהלי צדיקים' זייטל.
- תמונות ממצבתו ועוד - באתר קברי צדיקים
- מוטי מרינגר, האדמו"ר רבי ישעיה שטיינר קערסטירער זצ"ל באתר TOG
- תולדותיו בבלוג "תולדות".
- לדמותו הפלאית של רבי ישעיה מקרעסטיר - באתר JDN
הערות שוליים
- ↑ פלעגט חתמ'ענען ווי פאלגנד: הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהי' משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע. פאָטאָגראַפיע פון די חתימה איז פארהאן אין ספר פון הרב וידאווסקי עמ' 13.
- ↑ מופת הדור זייט עז.
- ↑ מי באר ישעיהו, עמ' לח.
- ↑ טויזנטער אויף זיין ציון אויף JDN זייטל
- ↑ זעה דא.
- ↑ ליינט אויף אים דא.
- ↑ שימי שפר,, סעודת הילולא מרכזית נערכה אמש בעיר ביתר לע"נ הרה"ק רבי ישעיהל'ה מקרעסטיר, מי שארגן את הסעודה הוא הגבאי, שבמהלך כל השנה מפעיל חדר אוכל מיוחד לע"נ בעל ההילולא, אויף באתר כיכר השבת,, ג' באייר תשפא, 15.04.21
- ↑ איציק אוחנה,, אל אחת הפיצריות בירושלים הגיע תורם אלמוני שהזמין מאות מגשי פיצות לחלוקה למשפחות נזקקות לעילוי נשמת רבי ישעיה מקרעסטיר זיע"א,, אויף באתר כיכר השבת,
- ↑ אתר אוהלי צדיקים(הקישור אינו פעיל, 26.3.2020)
- ↑ מופת הדור עמוד תצ
- ↑ ישועת מרדכי - ר ישעיה'לה מקערעסטיער (קערעסטירער) - הרב ישעיה שטיינר, אויף sites.google.com (עברית)
- ↑ השיר לזכרו.
- ↑ [1]
קטגוריה:אדמו"רים הונגרים
קטגוריה:ילידי 1851
קטגוריה:הונגרים שנפטרו ב-1925 קטגוריה:רבנים שנפטרו בחודש אייר
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער