גמליאל בן פדהצור

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט

פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

ליידיגע פאראמעטער [ צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

גמליאל בן פדהצור
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר

גַּמְלִיאֵל בֶּן פְּדָהצוּר (אדער פְּדָה צוּר) איז געווען דער נשיא פון שבט מנשה, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט גמליאל בן פדהצור צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט גמליאל געפירט זיין שבט אין דער צווייטער מחנה, נאך אלישמע בן עמיהוד אונטער'ן "דגל מחנה אפרים"[6]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט שטארק שווארץ, און מצרים און אזוי אויך א אָריקס געצייכנט דערויף[7].

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[8]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

קרבנות הנשיאים

אלישמע בן עמיהוד איז געווען דער אכטער אין די רייע צו מקריב זיין ביי די קרבנות הנשיאים. ער האט מקריב געווען זיין קרבן אום ח' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט).

ער האט מקריב געווין גלייך נאך די נשיא פון שבט אפרים ווי סשטייט אין מדרש:

אמר רבי עזריה, אמר לו הקדוש ברוך הוא ליוסף, אתה שמרת מצות לא תנאף, וקימת את התורה קדם שנתתיה, חייך, אין שבט מפסיק בין שני בניך בקרבן, אלא אפרים ביום השביעי, ומנשה ביום השמיני


אנדערע ערקלערן אז די סדר איז געגאנגען לויט'ן סדר פון די דגלים ביי די מסעות[9].

ער האט מקריב געווען די קרבנות, אנטקעגן יעקב וואס האט געגעבן די בכורה פאר יוסף[10].
נאך וואס ער האט מקריב געווען:”כיון שראה הקדוש ברוך הוא שהקריב קרבנו על הסדר הזה, התחיל מקלס את קרבנו, זה קרבן גמליאל”[11].

זיין נאמען

אין מדרש שטייט די סיבה צו זיין נאמען:

רבי מאיר ורבי יהושע בן קרחה היו דורשין את השמות, אלישמע, 'אלי שמע', ולאדונתו לא שמע, עמיהוד, 'עמי' היה 'הודו', ולא עם אחר

צו ליינען מער

רעפערענצן

  1. במדבר א, טז

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר א, טז

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, במדבר א, טז
  4. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
  5. תפארת יהונתן אויף במדבר א, טז
  6. במדבר י, כג
  7. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
  8. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  9. ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשטו
  10. זהט אין במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה ה' ווי סווערט געשילדערט באריכות.
  11. מדרש רבה דארט.

קטגוריה:המכלול: ערכים שנוצרו במכלול קטגוריה:נשיאי שבטי ישראל קטגוריה:אישים משבט אפרים