באַניצער:שווערמער
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
זיי וואשן זיי ווישן, די ווענט און די דעכער,
די שענק און די שאפעס, א שיפלאד אין בוידעם,
די שטובער די שטאקן, די שטיגן די צימערן,
זיי קריכן זיי קראצן, די קרישקעלעך צו רוימען,
"פארוואס? פארווען? וואס איז געשען?"
"נאך פורים קומט פסח, איז פשוט געוויס,
און מאמעס באמיהן זיך, און מאכן שוין פסח'דיג,
און מיט הייליגע מנהגים, מ'איז מהדר און א שיעור".
פון הויז פון דער היים, פונעם הארץ און פון זעל,
פון אויבן פון אונטן, פון אינערוויניג טיף,
פון געבעקסן פון בילקעס, פון בייזקייט פון גאווה,
פון חמץ פון חלות, פון חוצפא פון עזות.
מיט שפיציגע שפילקעס, די שפאלטן מען פיצט,
אויף א חטא מ'איז זיך מתחרט, מיט חשבון הנפש,
מיט פלעשער פון פליסיגס, די פלעקן מען זייפט,
מיט אביסלע התבוננות, מען בייגט זיך דאס גייסט.
— שווערמער