זרוע
די זרוע (ווערטערליך: ארעם) איז א שטיקל פלייש וואס מען לייגט אין די קערה פון סדר נאכט, אלס אנדענק צום קרבן פסח.
מקור און טעמים פון מנהג
אין די משנה[1] ווערט דערמאנט אז מען ברענגט אריין - צוזאמען מיט די מצה און מרור און חרוסת - אויך ”שני תבשילין”. אין תלמוד ירושלמי און אין תלמוד בבלי אויפ'ן ארט ווערן געברענגט עטליכע מיינונגען, וואס די צוויי געקעכטס זענען.
מאי שני תבשילין? אמר רב הונא: סילקא וארוזא[2]. רבא הוה מיהדר אסילקא וארוזא הואיל ונפיק מפומיה דרב הונא. אמר רב אשי: שמע מינה דרב הונא, לית דחייש להא דרבי יוחנן בן נורי. דתניא רבי יוחנן בן נורי אומר: אורז מין דגן הוא וחייבין על חימוצו כרת ואדם יוצא בו ידי חובתו בפסח. חזקיה אמר: אפילו דג וביצה שעליו. רב יוסף אמר: צריך שני מיני בשר – אחד זכר לפסח ואחד זכר לחגיגה. רבינא אמר: אפילו גרמא ובישולא.
די פוסקים זענען צעטיילט אין זייערע מיינונגען להלכה: לויט טייל ראשונים דארף מען ברענגען דווקא צוויי סארטן פלייש[3]; אנדערע נעמען אן אז סיי וועלכע מינים זענען גוט[4]. פילע מקורות ברענגען דעם מנהג צו נעמען א שטיקל פלייש (די "זרוע") אלס זכר צום קרבן פסח און אן איי אלס זכר צום קרבן חגיגה[5], און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך[6].
דער טעם וואס רב יוסף געבט אן פאר די צוויי געקעכטס, צו דערמאנען די קרבנות, איז ריכטיג אויך לויט די אנדערע שיטות וועלכע פארלאנגען נישט דווקא פלייש[7]. נאך א טעם ווערט דערמאנט דורך די ראשונים, אז זיי זענען קעגן משה און אהרן וועלכע זענען געווען די שליחים צו באפרייען אידן פון מצרים[8].
א טעם צום מנהג צו נעמען די "זרוע", די ארעם פון א באשעפעניש (זעט ווייטער), איז על שם די ”זְרוֹעַ נְטוּיָה” וואס ווערט דערמאנט ביי יציאת מצרים[5].
רעפערענצן
- ↑ משנה, פסחים י, ג
- ↑ לויט רב הונא איז אפילו דאס אויך גוט, כל שכן צוויי סארטן פלייש (רשב"ם און תוספות, פסחים קיד, ב, ד"ה סילקא)
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ח'–א'; הגהות מיימוניות אויפ'ן ארט אין נאמען פון רבינו שמחה; מהר"ש מאוסטרייך געברענגט אין מהרי"ל סדר ההגדה עמוד צ' סימן ו' - ↑ טור, אורח חיים, סימן תע"ג; אור זרוע חלק שני, סימן רנ"ו; סמ"ג, עשין מ"א; רבינו ירוחם, נתיב ה' חלק ד'; של"ה, מסכת פסחים פרק נר מצוה אות ל"ב
- ↑ 5.0 5.1 כלבו, סימן נ' ד"ה והנה לך; רבי מנחם המאירי, בית הבחירה אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".פסחים קיד, ב; רבי דוד אבודרהם, סדר ההגדה ד"ה וכך היא, רשב"ץ, מאמר חמץ אות קכו; ארחות חיים, ליל הסדר סימן י"ב - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ג, סעיף ד' - ↑ חידושי רבינו דוד און חידושי הר"ן אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".פסחים קיד, ב - ↑ דעת זקנים אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות יב, ח; רוקח, סימן רפ"ג. אין מעשה רוקח, סימן נ"ט, ווערט געברענגט צו נעמען אויך א דריטן געקעכטס, צו דערמאנען אויך מרים הנביאה