רוי:רבי יצחק ידידיה פרענקל

פון המכלול
ווערסיע פון 12:10, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Gnome-colors-emblem-development-2.svg
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט.
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט. שמועס
רבי יצחק ידידיה פרענקל
RABBI YEDIDIA FRENKEL (cropped).jpg

הרב יצחק ידידיה פרענקל ( כ"ו תשרי תרע"ד, אקטאבער 1913 - ד' אלול תשמ"ו, 8טן סעפטעמבער 1986) איז געווען דער הויפט רב און אב בית די פון תל אביב-יפו.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין לונטשיץ, פוילן, צו זיין פאָטער, הרב אהרן פרענקל, א רב אין דער שטאָט, און שפּעטער רב פון דער "אור תורה" שול און הויפּט פון דער כשרות אפטיילונג פון דער הויפט ראבינאט פון תל אביב-יפו, און צו זיין מוטער רביצין לאה, טאכטער פון הרב געצל קעניג, מוהל פון דער יידישער קהילה אין לונטשיץ.

אין עלטער פון 9 יאָר האָט ער אָנגעהויבן לערנען אין לינטשיץ אין דער ישיבה פון רבי עקיבא אשר גוטפריד, א תּלמיד פונעם אבני נזר פון סאכאטשאוו. אין עלטער פון 13 יאָר האט מען אים געשיקט לערנען אין וואַרשע, אין דער מתיבתא פון רבי מנחם זעמבא פון פראַגאַ וואָס האָט געלערנט מיט אים בחברותא. אין ווארשע האט ער באקומען היתר הוראה ביי ד 18 יאר פון זיין רבי'ן הרב מנחם זעמבא פון פראגא, ווי אויך פון הרב שלמה דוד כהנא, ראש פון דער ווארשעווער וועד הרבנים. אויך האט ער באקומען היתר הוראה פון דעם בענדינער רב, רבי הירש העניך לעווין, און פונעם אסטראווצער רב, רבי יחזקאל האלשטאק.

אויך האט הרב פרענקל באקומען היתר הוראה פונעם גאון הרב שלום שכנא טשערניאַק, מאטשעווער רב און מחבר פון "משמרת שלום". דאָס איז געווען ווען הרב שלום שכנא טשערניאַק איז אנגעקומען אין ווארשע אין אדר תר"ץ (1930) און עטליכע בחורים אין יונגעלייט תלמידי חכמים, אריינגערעכנט צווישן זיי הרב פרענקל, האבן אים געבעטן געבן היתר הוראה.[1] רבי יצחק ידידיה פרענקל האָט פארציילט אז כדי צו באקומען היתר הוראה פון הרב טשערניאק האט מען געדארפט באווייזן ברייטע און טיפע ידיעות אין א בחינה וואס האט געדויערט טעג.[2] אין וואַרשע האט הרב פרענקל אויך באגעגנט מיטן חפץ חיים וואס האט אים געבענטשט מיט ברכת כהנים.

הרב פרענקל פלעג פארן אלס חסיד צום "אמרי-אמת" פון גער, סיי אין פוילן און סיי שפעטער אין ארץ ישראל. נאכדעם ווען ער האט באקומען היתר הוראה, האָט דער אמרי-אמת געהייסן געבן אים אן עליה שבת אין זיין בית מדרש אין גער, הגם ער איז נאך געווען א בחור, און עס איז נישט געווען אָנגענומען געבן עליות צו בחורים. נאָך דעם הסתלקות פונעם אמרי אמת, איז הרב פרענקל געווארן מקורת צו זיין זון, דעם "בית ישראל".

אין יאר תרצ"ב (1932) ווען ער איז געווען אַלט 18 יאָר האט ער חתונה געהאט מיט רביצין חנה לאה, טאכטער פון רבי חיים אלעזר בראַנד, א סקערנעוויצער חסיד, אין דעם דארף קערנעזשע, פוילן, (ער און זיין פרוי זעלדא רחל פיטעל פון גאמבין מיט זייער גאנצע משפּחה זענען אומגעקומען ביי דער דייטשע באמבארדירונג אויף קערנעזשע אין ג' תשרי ת"ש. נאָך זיין חתונה האָט ער געוואוינט אין קערנעזשע און געעפנט דארט א ישיבה פאר יונגע בחורים. דערנאָך איז ער באשטימט געוואָרן צו דינען ווי א מורה הוראה אין דער חרדישער געמיינדע אין דער שטאָט ריפּין אין פוילן, נאָענט צום דייטשן גרעניץ.

משפחה

הרב פרענקל און זיין ווייב חנה לאה (נפטר געווארן: ד' שבט תשנ"ז , 12טן יאנואר 1997 ) האבן געהאט פיר זין און א טאכטער:

  • הרב איסר פרענקל (תרצ"ג, 1933 - י"זI אב תש"ע, 2010 ) - רב פון בבלי קוואַרטאַל אין תל אביב; איידעם פון רבי עקיבא גראס, רב פון בקעה געגנט אין ירושלים.
  • רבי יהודה אריה לייב פרענקל (תרצ"ד, 1934 - ד' כסלו תשמ"ה, 1984 ) - דיין אין פתח תקוה בית דין. נפטר געווארן צוויי טעג נאָך זיין פופציגסטן געבורטסטאָג. איידעם פון רבי משה לייב ציינווירט פון טבריה.
  • הרב שמעון מנחם פרענקל (געבוירן תרצ"ו, 1936) - רב פון דער אנטאָפאליער קהילה אין צענטער פון תל אביב, אמאל געווען באנק לאומי אמבודסמאן . איידעם פון וואסלויער רבי'ן, רבי יעקב שלמה האלפרין.
  • יעקב אליהו פרענקל (תרצ"ח, 1937 - ב' אדר א' תשס"ג, 2003). האָט אָנגעפירט מיט אַ יתומים־הויז אין דעם יד אליהו געגנט פון תל אביב.
  • רביצין חיה איטא (חַייִטא) לוי (געבוירן תרצ"ט 1939), ווייב פון הרב ישראל מאיר לוי .

רעפערענצן

  1. עדות הרב חיים פרנקל, רישום: דב טננבוים, 17.1.2017, אוסף טננבוים, תל אביב
  2. דוד ברוך לאו, ספר הזיכרון למרן הגר"י פרנקל זצ"ל, מכון ירושלים, תשנ"ב, עמ' קל–קלא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!