המכלול:רוי געביט
די רוי געביט איז א צייטוויליגער געביט אין המכלול, וואו עס זענען פלאצירט געווארן אלע אימפארטירטע וויקיפעדיע ארטיקלען, ביז זיי ווערן איבערגעשריבן אויף המכלול. די געביט איז פונאנדערגעשיידט פון די הויפט געביט מיט א מערקבארע הונטערגרונט קאליר, און לינקען וועלכע פירן אהין זענען גרין (אנשטאט בלוי, ווי אנדערע אינערליכע פארבינדונגען) מיט א העל-בלויע הונטערגרונט.
איר ציל
ביים גרינדן המכלול זענען אלע ארטיקלען פון יידישע וויקיפעדיע אימפארטירט געווארן צו המכלול. די סיבות דערצו רעכנט אריין:
- צו האבן א שטיקל באזיס פון אינפארמאציע, און עס זאל נישט זיין עפעס אויף יידישע וויקיפעדיע וואס איז נישט צוטריטליך אויף המכלול.
- שנעלע צוטריט צו אינפארמאציע דורך אינערליכע פארבינדונגען אין המכלול ארטיקלען, און פארמינערן די צאל רויט-לינקען.
די ארטיקלען זענען געשריבן פעלערהאפטיג, מיט 3,400 ארטיקלען פון 15,500 אפיציעל באצייכענט אלץ שטומף[1], געשריבן אויף א יידישיסטישע יידיש, מיט איבלען ברוחניות ובגשמיות[2][3]. דערפאר איז אונטערגענומען געווארן א רייניגונג פראיעקט צו מעקן פסול'ע בלעטער און אינהאלט, און אויפ'ן וועג אויך פטור ווערן פון טייל איבריגע אומענציקלאפעדישע תוכן.
פרינציפן אנבאלנגט דער געביט
וויבאלד די איינציגסטע תועלת פון די ארטיקלען זענען ווי אויבנדערמאנט, זענען די ארטיקלען אריינגעשטעלט אין קוואראנטין אין די ספעציעלע געביט, נאר ביז די בלאט ווערט איבערגעשריבן אין הויפטגעביט, אויף המכלול סטאנדארטן.
ארטיקלען אין רוי געביט קענען נישט רעדאגירט ווערן: די ארטיקלען זענען נישט דא אויף צו צושטעלן פולע אינפארמאציע, און עס איז א שאד צו פארלייגן כוחות דערויף. אויב קענט איר די נושא און איר ווילט עס באארבעטן, ביטע שאפט דעם בלאט אין המכלול, און שרייבט עס אפ בשלימות.
אומפאסיגע אינהאלט: מיר האבן פרובירט די בעסטע צו רייניגן די בלעטער פון אומפאסיגע אינהאלט. אויב טרעפט איר עפעס אומפאסיג, ביטע באריכט דאס דורך דעם ספעציעלן בלאט.
בלאט קעפלען: וויבאלד איינס פון די סיבות פארוואס די בלעטער זענען אימפארטירט געווארן איז צו האבן גרינגע צוטריט צו אינפארמאציע דורך אינערליכע פארבינדונגען, איז וויכטיג אז די קעפלען אין די בלעטער זאלן יא זיין ריכטיג, אזויווי מען וואלט עס גערופן אין המכלול. אויב טרעפט איר א טעות, אדער איר האט הערות אויף בלאט-נעמען, ביטע עפנט א דיסקוסיע דערוועגן אין שמועס בלאט פון יענעם בלאט, און טעגט דערביי די מנטרים. איר קענט, און עס איז ראטזאם אליין צו שאפן פאסיגע ווייטערפירונגען וואס וועלן זיך אויספעלן ווען דער ארטיקל וועט שוין זיין איבערגעשריבן.
זכות קדימה: כדי צו קענען ווי שנעלער פטור ווערן פון די רויע ארטיקלען, ווערט געגעבן א דין קדימה פאר וויכטיגע ארטיקלען וועלכע זענען דא אין רוי געביט. ווען איר שרייבט איבער אן ארטיקל, מערקט אן אין שמועס בלאט פון די רויע ארטיקל אז דאס איז שוין ערזעצט, און קען געמעקט ווערן.
טעקסט קען נישט קאפירט ווערן: ווען מען שרייבט ארטיקלען איבער א נושא וואס איז שוין דא אין רוי געביט, זאל מען דאס נישט נוצן אלץ א באזיס צו ארבעטן דערויף. ביטע נישט קאפירן טעקסט פון די רויע ארטיקלען אפילו עס ווערט פארבעסערט. עס איז כדאי צו זוכן בעסערע ענציקלאפעדישע רעסורסן אויף וואס צו בויען.
רעפערענצן
- ↑ א זוך אויף וויקיפעדיע פאר ארטיקלען מיט שטומף קאטעגאריעס
- ↑ זעט וויקעפעדיע טאגבוך אויף אייוועלט
- ↑ מה לעשות עם ויקיפעדיע אויף ויקיפדיה