רבי אדם בעל שם
רבי אדם בעל שם (16-17'טער יארהונדערט) איז געווען א מקובל און בעל מופת, בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, אזויווי עס ווערט פארציילט אין ספר שבחי הבעל שם טוב.
צווישן די היסטאריקער זענען פארהאן מיינונגס-פארשידנהייטן איבער דער אידענטיטעט פון "רבי אדם בעל שם" און פארשידענע שפעקולאציעס זענען אויפגעברענגט געווארן דערוועגן. משכיל'ישע פארשערס האבן פרובירט צו זאגן אז ער באהאלט הינטער זיך א קשר צווישן חסידות און שבתאות אדער פראנקיזם.
אין חסידות ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה מיט מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערן אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם און געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין דער כערסאנער גניזה זענען פארהאן עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.
לעבן און שאפן
דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א ביכל געדרוקט אינעם 16'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם[1], אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער. צווישן אנדערן, ווערט דארט פארציילט אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון שפאניע קיין פראג, בעהעמען. אט-די געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעל שם טוב[2]. לויט ווי עס שטייט דארט, איז ער געבוירן געווארן אין א שטעטל ווינג נעבן פראנקפורט.
אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין פאלאצק(העב') און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג יאר אלט איז ער אריבער לערנען אין דער ישיבה פון רבי יואל בעל שם אין זאמאשטש(העב'). דארט האט ער געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה צדיקים נסתרים. די חבורה איז אריגינעל געגרינדעט געווארן דורך רבי אליהו בעל שם פון ווירמייזא, דערנאך האט רבי יואל בעל שם איבערגענומען פון אים די פירערשאפט און שפעטער, אין יאר תנ"ח האט רבי אדם איבערגענומען[3].
זיין שייכות מיטן בעל שם טוב
לויט דער ליובאוויטשער מסורה, האט רבי אדם בעל שם, אויף דער אנווייזונג פון אחיה השילוני, זיך אפגעזאגט פון פירן די חבורה פון צדיקים נסתרים און איבערגעגעבן די פירערשאפט צום בעל שם טוב[4].
אין דער כערסאנער גניזה, וואס ווערט ביי אסאך אנגענומען אלס פאלש[5], זענען פארהאן עטליכע בריוו אין וועלכע רבי אדם דרוקט אויפן בעל שם טוב נתגלה צו ווערן[6]. ווי עס איז אבער משמע אין די בריוו, האבן זיי זיך קיינמאל פערזענליך געטראפן[7].
אין ספר שבחי הבעל שם טוב ווערט דערציילט אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים אין סודות התורה און קבלה מעשית, נאכן עס לערנען איז ער געווארן א גרויסער בעל מופת און איידער זיין פטירה, האט ער געהייסן זיין זון עס איבערגעבן צו "ישראל בן אליעזר פון אקופ", דאס איז דער בעל שם טוב, וועלכער איז דאן געווען בלויז פערצן יאר אלט. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות ווי אזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה[2]. דער בעל שם טוב האט אויך געהאט א תהלים פון רבי אדם בעל שם[8].
דאס יאר פון זיין פטירה
לויטן שבחי הבעל שם טוב, איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען דער בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט[9], וואס קומט אויס צווישן שנת תס"ד און שנת תע"ד. אין סדר הדורות החדש שטייט אבער אז רבי אדם האט געלעבט אסאך איידער דעם בעל שם טוב'ס צייטן[8]. אין דער כערסאנער גניזה זענען די בריוו פון רבי אדם דאטירט ביז אייר שנת תצ"ה[10].
זיין אידענטיטעט
אין חסידות טשערנאביל איז אנגענומען אז רבי אדם בעל שם איז געווען "רבי נחום גאון", דער זיידע פון רבי מנחם נחום מטשערנאביל[11]; און לויט אן אנדער גירסא איז ער געווען "רבי נחום שוסטאק", א זון פון רבי נחום גאון, וועלכער איז געבוירן נאך זיין פטירה.[12][13].
רבי ראובן מרגליות האט אידענטיפיצירט רבי אדם בעל שם אלס רבי דוד משה אברהם פון ראהאטין[אויסקלארונג פארלאנגט], מחבר פון ספר מרכבת המשנה אויף מכילתא[14]. רבי דוד משה אברהם איז באקאנט געווען מיטן צונאמען אד"ם וואס איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען, און דער בעל שם טוב האט ביי אים געטון שימוש חכמים[15].
פראפעסאר גרשום שלום האט גע'טענה'ט אז רבי אדם בעל שם און זיינע כתבים, זענען א שלייער פאר די כתבים פון רבי העשיל צורף וואס זענען געווען ביים בעל שם טוב און מתנגדים האבן שפעטער באשולדיגט אז עס האט שבתאי'שע אינהאלט[16]. רבי ראובן מרגליות, אברהם רובינשטיין און יהושע מונדשיין[17] האבן שטארק קריטיקירט שלום'ס באהויפטונג מיט כראנאלאגישע און לאגישע טענות.
אזויווי רבי אדם בעל שם איז פאר אסאך יארן באקאנט געווען בלויז פונעם ספר שבחי הבעל שם טוב, האבן געוויסע חוקרים, א שטייגער ווי שמואל אבא האראדעצקי, אינגאנצן פארלייקנט זיין עקזיסטענץ[14]. אין יאר תשכ"ג האט דער חוקר חנא שמרוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל אז אינעם 16'טן יארהונדערט האט עקזיסטירט א בעל מופת רבי אדם בעל שם, און אז ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, וואס צוויי אזעלכע ביכלעך געפינען זיך אין אקספארד, אין דער באדליענער ביבליאטעק[18]. דאס טוט פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט אייגנטליך טאקע עקזיסטירט[17]. לויט די ביכלעך, האט ער אבער געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפער 150 יאר איידער דעם בעל שם טוב[16].
ליינט מער
- רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה
- משה הלל, בעלי שם, מכון בני יששכר: ירושלים, תשנ"ג.
- חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש״ט", ציון כח. זייט 86–105.
רעפערענצן
- ↑ "איין מעכטיג שין[אויסקלארונג פארלאנגט] מעשה", אראפגעברענגט בשלימות דורך משה הלל, בעלי שם, מכון בני יששכר: ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער
- ↑ 2.0 2.1 רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב
- ↑ רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה
- ↑ רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ט
- ↑ זע אויספירליכע בארכט דורך יצחק רפאל, "גניזת חרסון", סיני פא, מוסד הרב קוק, תשל"ז.
- ↑ איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ב', ווארשא, תרצ"ו.
- ↑ רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ליקוטי שיחות כרך כג, ניו יארק: קה"ת, תש"ס. זייט 333
- ↑ 8.0 8.1 מנחם מנדל בודק, סדר הדורות החדש, סאטמאר, תש"א. דף ב עמוד א
- ↑ רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א
- ↑ איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ד', ווארשא, תרצ"ז. עמוד ט
- ↑ מקורות צוזאמענגענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", היכל הבעש"ט יג, היכל מנחם, תשס"ז. הערה 16
- ↑ בצלאל לנדוי, הבעש"ט ובני היכלו, בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ
- ↑ רבי חיים יוסף אריה פראגער, כתבי ר' יאשע שו"ב, עמוד קיא
- ↑ 14.0 14.1 יצחק אלפסי, "רבי ישראל בעל שם טוב - חייו ותורתו", שנה בשנה מ, היכל שלמה, תש"ס.
- ↑ יהודה ראטען, מרכבת המשנה, לעמבערג, תרנ"ה, הקדמת המביא לבית הדפוס.
- ↑ 16.0 16.1 גרשום שלום, "התנועה השבתאית בפולין", ישראל הלפרין (רעדאקטאר), בית ישראל בפולין ב, המחלקה לעניני הנוער של ההסתדרות הציונית, תשי"ד
- ↑ 17.0 17.1 יהושע מונדשיין, שבחי הבעש"ט, ירושלים, תשמ"ב. זייט 58
- ↑ חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש״ט", ציון כח. זייט 86–105.