רוי:תחנון

פון המכלול
ווערסיע פון 00:55, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט תחנון צו רוי:תחנון אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תחנון איז א תחינה וואס מען זאגט יעדן טאג אין דער וואכן נאך דער הויכע שמונה עשרה ביי שחרית און מנחה.

חסידים און רוב ספרדים זאגן שלש עשרה מדות פאר תחנון. דער עיקר תחינה וואס מען זאגט איז קאפיטל ו' פון תהלים לויט די אשכנזים אדער קאפיטל כ"ה לויט די ספרדים.

די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון:

אויך זאגט מען נישט קיין תחנון ווען מען דאווענט מיט א חתן, א פאטער פון א קינד וואס האט א ברית דעם טאג, א סנדק אדער א מוהל

תחנון ביי מנחה פאר א טאג ווען מען זאגט נישט תחנון

היינט איז אנגענומען נישט צו זאגן תחנון ביי מנחה ווען דעם נעקסטן טאג זאגט מען נישט קיין תחנון. דערפאר זאגט מען קיינמאל נישט תחנון ביי מנחה פרייטאג (ווייל שבת זאגט מען נישט תחנון).

ס'איז פאראן א פאר אויסנאמען ווען מען זאגט יא תחנון צו מנחה כאטש דעם נעקסטן טאג זאגט מען נישט תחנון: מנחה א טאג פאר ערב ראש השנה און א טאג פאר ערב יום כיפור. דאס הייסט אז כאטש בערב ראש השנה (כ"ט אלול) זאגט מען נישט תחנון א גאנצן טאג, אבער מנחה דעם פריערדיגן טאג (ד"ה מנחה אום כ"ח אלול) זאגט מען יא תחנון. איין טעם איז ווייל מען גייט זאגן סליחות נאך דער תפילת מנחה (ערב ראש השנה נאך חצות, אדער פארטאגס) ווען מען וועט זאגן תחנון. דאס איז נישט אויסגעהאלטן פאר אשכנזים, וואס זאגן נישט תחנון ביי די סליחות ערב יום כיפור. דערפאר קען מען זאגן אן אנדער טעם, ווייל דאס נישט זאגן תחנון ערב יום כיפור נעמט זיך פון יום כיפור, אבער עס ציט זיך נישט צום פריערדיגן טאג. ביי רוב אשכנזים זאגט מען נישט תחנון פסח שני, אבער א טאג פריער זאגט מען יא תחנון צו מנחה; אויך דא קען מען זאגן אז דער שמחה פון פסח שני איז נאר בייטאג, און נישט דעם אוונט, במילא איז די פריערדיגע מנחה ווייט פונעם נעקסטן "טאג". אין טייל קהילות אין מערב אשכנז איז דער מנהג אז ט"ו בשבט, ל"ג בעומר און ט"ו באב, זאגט מען נישט תחנון, אבער דעם טאג פריער זאגט מען יא תחנון צו מנחה.[1]

רבי דוד אבודרהם שרייבט וועגן דעם מנהג אין שפאניע אין זיינע צייטן:

ובערבי ראשי חדשים וחנוכה נוהגין שלא ליפול על פניהם בערביהם וביום מוצאיהם בין בשחרית בין במנחה. והוא הדין בערב פורים, אלא שביום מוצאו אין נופלים על פניהם בין בשחרית בין במנחה, מפני שהוא פורים שושן.

רבי דוד אבודרהם, סדר תפילות שבת

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!