רוי:סאדיגורא (חסידות)

פון המכלול
ווערסיע פון 10:57, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סאדיגורער קלויז, ירושלים
סאדיגורער תלמוד תורה, ירושלים
סאדיגורער רבי בעל עקבי אבירים פירט טיש אין סאדיגורא שטיבל אין בני ברק

סאדיגורא איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי אברהם יעקב פרידמאן זצ"ל דער ערשטער סאדיגורער רבי און גרינדער פון דער סאדיגורער דינאסטיע אן אפצווייג פון דער רוזשינער דינאסטיע.

דער זעקסטער רבי, רבי ישראל משה פרידמאן, דער איינציקער זון פון רבי אברהם יעקב פרידמאן, איז נפטר געווארן כ"א אב תש"פ אין בני ברק.

דאס סאדיגורער חסידות האט היינט עטליכע הונדערטער משפחות. עס פירט חדרים, ישיבות און כוללים, מיט בתי מדרשים און שטיבלעך אין בני ברק, תל אביב, ירושלים, מודיעין עילית, ביתר, אשדוד און אלעד. אין חוץ לארץ זענען דא סאדיגורער קלויזן אין לאנדאן, אנטווערפן און ניו יארק.

היסטאריע

דער רוזשינער רבי האט זיך באזעצט אין סאדיגורא אין תר"ב און געפירט זיין הויף דארטן. נאך זיין פטירה ג' מרחשון תרי"א האט זיין בכור רבי שלום יוסף האט איבערגענומען די רביסטעווע, אבער ער האט נישט מאריך ימים געווען און ער איז נפטר געווארן י"א אלול תרי"א. נאך זיין פטירה האט געפירט דער רוזשינערס צווייטער זון, רבי אברהם יעקב, באוואוסט ווי דער "אלטער רבי פון סאדיגורא".

צווייטער דור

נאך דער פטירה פון רבי אברהם יעקב האבן זיינע צוויי זין אנגעהויבן פירן רעביסטעוועס, רבי יצחק (דער "פחד יצחק") און רבי ישראל (דער "אור ישראל"). נאך עטליכע יאר האט רבי יצחק אריבערגעפירט זיין הויף קיין באיאן, און רבי ישראל איז געבליבן אין סאדיגורא.

דריטער דור

נאך דער פטירה פונעם אור ישראל, האט געפירט אין סאדיגורא זיין זון רבי אהרן (געב' י"ב תשרי תרל"ז), דער "קדושת אהרן". רוב פון זיין פאטערס חסידים זענען געפארן צו אים. זעקס יאר נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער נפטר געווארן, י"ט תשרי תרע"ג. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי שלום יוסף, א זון פון רבי מרדכי פייוויש פרידמאן פון הוסיאטין. אין זיין תקופה האט מען אויפגעשטעלט די "אור התורה" ישיבה אין סאדיגורא.

פערטער דור

נאך רבי אהרנ'ס פטירה, האט אים נאכגעפאלגן זיין איינציגער זון רבי מרדכי שלום יוסף, דער "כנסת מרדכי". ווען די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער אריבער קיין ווין, צוזאמען מיט די אנדערע רבי'ס פון דער רוזשינער גזע. אין תרפ"ג (1923) האט ער אויפגעשטעלט די "משיבת נפש" ישיבה אין פשעמישל. א גרויסער טייל פון די תלמידים פון דער ישיבה האבן געלערנט ווייטער אין ישיבת חכמי לובלין. ער האט געשיקט די חסידים קיין ארץ ישראל, וואו זיי האבן געעפנט שולן.

ער איז שוין אין זיינע יונגערע יארן געווארן א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה, און דער נשיא פון דער קרן התורה פון אגודת ישראל.

אין תרצ"ד האט ער זיך באזעצט אין פשעמישל וואו א סך פון זיינע חסידים האבן געוואוינט.

אין אדר תרצ"ט איז ער ארויף אין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין זון רבי אברהם יעקב, וואס איז געבוירן געווארן ה' אלול תרפ"ח. דער כנסת מרדכי האט אויפגעשטעלט דעם סאדיגורער בית מדרש אין פנקס גאס, תל אביב. אין די תש"ך יארן האט רבי אברהם יעקב אויפגעשטעלט די רוזשינער ישיבה אין בני ברק.

דער כנסת מרדכי איז נפטר געווארן כ"ט ניסן תשל"ט און באערדיקט אינעם נחלת יצחק בית עלמין אין גבעתיים.

פינפטער דור

נאך זיין פאטערס פטירה אין תשל"ט, האט רבי אברהם יעקב, דער "עקבי אבירים", יארן לאנג געפירט אין זיין פאטערס בית מדרש אין תל אביב. זיינע לעצטע יארן האט ער געוואוינט אין בני ברק, וואו ער האט אויפגעשטעלט א נייעם בית מדרש. זיין איינציקער זון, הרב ישראל משה פרידמאן, איז געווען דער רב פונעם סאדיגורער קלויז "אור ישראל" אין גאלדערס גרין, לאנדאן, און רב פון דעם סאדיגורער חסידות. זיין איידעם הרב פנחס שפירא (דער זון פונעם אגודת ישראל כנסת דעפוטאט אברהם יוסף שפירא) איז רב פונעם סאדיגורער בית מדרש "כנסת מרדכי" אין תל אביב.

זעקסטער דור

נאך דער פטירה פונעם עקבי אבירים י"ט טבת תשע"ג, האט זיין איינציקער זון רבי ישראל משה איבערגענומען די רביסטעווע.

רבי ישראל משה איז נפטר געווארן כ"א אב תש"פ נאכן ליידן א יאר מיט א שווערער קרענק און מען האט אים באערדיקט דעם זעלבן טאג אין בית עלמין נחלת יצחק.

זיבעטער דור

נאך דער פטירה פון רבי ישראל משה האט מען באשטימט רבי העשיל (זיין פינפטער זון) רבי אין בני ברק. דער עלטסטער זון באקאנט אלס מש"י איז געווארן רבי אין ירושלים און רבי אהרן בער אין לאנדאן.

דינאסטיע בוים

 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי דוב בער פון מעזריטש
(1710-1772)
דער מגיד פון מעזריטש
(תלמיד פון בעל שם טוב)
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אברהם המלאך
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי שלום שכנא פון פראהבישט
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי ישראל פון רוזשין
(1797-1851)
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אברהם יעקב פרידמאן
Abraham Jacob Friedman I - Sadigura.jpg
(1820-1883)
1טער סאדיגורער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי ישראל פרידמאן
(1853-1907)
2טער סאדיגורער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אהרן פרידמאן (סאדיגורא)
(1877-1913)
קדושת אהרן
סאדיגורער רבי
 
רבי שלום יוסף פון טשערנאוויץ
 
 
רבי אברהם יעקב פרידמאן
Moaraisadigu.JPG
(1884-1961)
אביר יעקב
3טער סאדיגורער רבי
 
רבי יצחק פרידמאן פון רימאנאוו
 
רבי שלמה חיים ("שלמה'ניו") פרידמאן
Shlomenusadigur48.JPG
(1887-1972)
סאדיגורער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן
(1897-1979)
כנסת מרדכי
4טער סאדיגורער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אברהם יעקב פרידמאן
(1928-2013)
5טער סאדיגורער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי ישראל משה פרידמאן
אדמור מסדיגורה הרב ישראל משה פרידמן.jpg
(1955-2020)
6טער סאדיגורער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי יצחק יושע העשל
(געבוירן תשנ"ו)
7טער סאדיגורער רבי
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 

וועבלינקען

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!