רוי:רבי נפתלי צבי הורוויץ

פון המכלול
ווערסיע פון 00:21, 9 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}})
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נפתלי הורוויץ פירט אהער. פאר אנדערע רבנים מיטן נאמען נפתלי הורוויץ זעט נפתלי הורוויץ (באדייטן)

רבי נפתלי צבי הורוויץ זצ"ל (ו' סיון ה'תק"ך - י"א אייר ה'תקפ"ז) איז געווען דער רב אין ראפשיץ, וועסט גאליציע.

אפשטאם

רבי נפתלי איז געבוירן אין בראד[1] יום טוב שבועות, ו' סיון ה'תק"ך, דעם טאג וואס דער בעל שם טוב איז אוועק, בגדר "ובא השמש וזרח השמש",[2] צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל ראַבין,[3] רב אין לינסק, באקאנט אלס "רבי מענדעלע לינסקער". און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, רב אין אה"ו, באקאנט אלס "רבי איציקל האמבורגער". (דער נאמען הורוויץ נעמט זיך פון זיין מוטער'ס שטוב, רבי נפתלי האט אמאל געזאגט פאר זיינע קינדער, הארעוועטס וועט עץ האבן).

זיינע רבי'ס

רבי נפתלי האט געלערנט[4] ביי זיין פעטער רבי משולם איגרא אין בראד, צוזאמען מיט רבי מרדכי בנעט רב אין ניקאלשבורג, און הרב יעקב לארבערבוים, רב אין ליסא, דער "חוות דעת". רבי משולם האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "יענקעלע (דער חוות דעת) פארשטייט מיך און איך פארשטיי אים, נפתָלטשי, פארשטיי איך אים נישט, אבער דאכט זיך אז ער פארשטייט מיך יא".

צו דער בר מצוה האט רבי נפתלי'ס פאטער אים געפירט צו רבי אלימלך פון ליזשענסק באקאנט אלס "דער נועם אלימלך". (אנדערע זאגעאז דאס איז געווען ביים זלאטשאווער מגיד). פון די פופצן יאר האט ער זיך געווייקט ביים רבי ר' אלימלך, איין גאנץ יאר איז ער געווען ביי הרב מרדכי פון נעשכיז, אזוי אויך איז ער געווען ביים אפטער רב הרב אברהם יהושע העשיל און ביים הייליגן רוזינער. אין אלעם איז ער געווען ביי צוויי הונדערט רבי'ס ווי דער צאל פון "עשה לך רב". געלערנט האט ער ביים קאזשניצער מגיד און ביי רבי מנחם מענדיל פון רימאנאוו, אבער זיין הויפט רבי איז געווען חוזה פון לובלין.

רבנות

אויף דער המלצה פון רבי נפתלי'ס רבי'ן מענדעלע רימאנאווער האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין ראפשיץ, שפעטער איז ער אויך געווארן רב איינמאל א וואך אין לינסק, סטריזשעוו און קרייז סאניק

הסתלקות

רבי נפתלי איז נפטר געווארן אויף דעם וועג קיין לאנצהוט, י"א אייר ה'תקפ"ז, אין ליגט אין לאנצהוט

פאמיליע

בזיווג ראשון האט רבי נפתלי געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון הרב וועלוועל סטאקער פון די בראדער עשירים, אבער איר געפירעכץ איז אים נישט געפאלן; אויף דער באראטונג פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו האט ער זי גע'גט. נאכהער איז רבי נפתלי געזעצען אין זלאטשאוו, זיין רבי דער זלאטשאווער מגיד האט אים אנגעטראגן א שידוך מרת רבקה די טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער א וויין הענדלער פון דוקלא, נאך וואס ער האט איר געהייראט בזיווג שני איז ער געפארן קיין דוקלא, דארט האט ער זיך באשעפטיגט מיט בדחנות און שדכנות. זייערע קינדער:

(איבער דעם ארדער פון די קינדער איז פאראן פארשידענע מיינונגען, זעט ספר זרעא קדישא עמוד צג הערה א')


זיינע ספרים

  • זרע קודש
  • אילה שלוחה
  • אמרי שפר
  • אהל נפתלי

זיינע תלמידים

רעפערענצן

  • זרעא קדישא
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זרעא קדישא עמוד ע"ה - זעט דארט הערה א' פארשידענע אנדערע מיינונגן
  2. שיחתן של עבדי אבות
  3. זרעא קדישא עמוד ט' - זעט דארט הערה א'
  4. א.ל.ג. שרייבט אז ער האט געלערנט ביי זיין זיידן רבי איציקל, אבער דאס שטימט נישט, רבי איציקל איז אוועק ה'תקכ"ז ווען רבי נפתלי איז קוים געווען זיבן יאר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!